6 דס 8118016ש8 11017סטק 1806 085ט 161181הנ פום 1
2000021100 016019ז 116111896
0 60
הזסס. 6ז14טס-100190ש0))ס!מו נוז0ס.סיזוח/גוס-פו00נץ//:פ1ח
40ט20 16049סע? 116114496 186 0
זסן ע|90101 סמזוחס 1060עסזט 15 |1זסזסחז 1 זס 010װז0066 ,וס1סזסחזווזסס זסי? ץ{|חס 96 |סמספזסק 0ש10110 406 04 פט 0001004 16056ט ,196 ז0406 חס
91 011װזס
הזסס. 6ז14טס100190-0ש0))ס1מו
0 106 116111296 01016045 1000021100
א )2
(פשוועטיש
היימלאנד
( ײַערע לייענער!
דעם דאָזיקן נומער , סאַװעטיש היימלאנך" װעט איר באקומען
אין די ערשטע טעג
פונעם נײַעם, 1982 יאָר,
ווען אונדזער סאַװועטיש פאָלק, אונדזער סאַציאליסטיש היימלאנד איז שוין ארײַנגעטראָטן
אינעם דריטן יאָר פון דעם 11 פינפיאָר, דער היסטאָרישר גאנג
פון דער פּראַגרעסיווער מענטשהײַט צום קאָמוניזם,
דער קאמף פאר שאָלעם
און סאַציַאלער גערעכטיקײַט
ווערן אלץ פעסטער און זיגרײַכער. מיר ווינטשן אײַך,
טײַערע כאוויירים,
אז אין דעם נײַעם יאַר
זאָלן פארווירקלעכט ווערן
די בעסטע װוּנטשן אײַערע,
דער טרוים צו לעבן
מיט מאזל און מיט גליק,
2פפן|
= 54 (
ל'יטעראר'ש-קינסטלערישעף כוידעש-זשורנאל
שאוופטיטש : ווזיימלאלד
מאטעריאלן פון דעם אױסעראָרדנטלעכן פּלענום פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון קפספ דעם 12 נאַָיאבער 1982 רעדע פונעם כאװער יו. װ. אנדראָפּאָור . . . . רעדע פונעם כאװער ק. או. טשערנענקאָ . . . יורי װלאדימיראָװיטש אנדראָפּאָל . . . . . 6 . . געאָרגי מאר קאָ װ. אונדזער רודערער -- די פּארטײי טעאָרעטישע קאָנפערענץ פון , סאָװועטיש היימלאנד". א ל- בערט בעליאיעו. די פּאראדאָקסן פון ראָנאלד הינלי . = אה .- א אטט ."אע 50 .ר הי ארן װוערגעליס. פונעם ציקל ,רינג נאָך רינג" . פצריץ. נצף גנאל וי ציווון + א 3 + . הירש דאָבין. צויי ברעגן (דערציילונג) . . . . פּיניע פּלאָטקין דאָרטן, װוּ די צארטע רױזן ליגן אייטט רש אט יט םש 2 יעװגעניע מאלאכאָװסקאיא. וארעמע רעגנס ליטערארישע געדענק'דאטעס. נויעך פּרילוצקי דיאלעקטאָלאָגישער פענאָמען. מוישע טלַטש. איבער פעלדעךר, איבער װעלדער" . . . 4 . . +; מ. גאָלדין. א קאפּיטאל װערק ,װעגן ייִדישן מוזיקאלן שי ארי ראט לט 2 איו ו'ער. 2 געפונענע מאנוסקריפטן. מירע כענקין אן פּעט- ליורעס קרױנשטאָט (ראָמאן). + + . . . 6 6 . . זיכרױנעס. כאיִם טאמארקין דדורך יאָרן און גע- בער טייר ייבאר טיא ליטעראטור און קונסט. דאָ װיד בעלקין יידישע סוזשעטן אין דער לערמאָנטאָװיענציקלאָפּעדיע . . קורצע רעצענזיעס. זאל מען ליבינזאָן. אן אָנ- דענק פונעם ייִדישן שטעטל; א. טט שערניאװסקי יי ;אל עבש א שי 2 א 2 2 2 װינקל פון געזעלשאפטלעכן פארשפּרײטער . . . . . בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגשן . . . . . . . .4 2 44 א יט עס ער אט ר ייר יע / פריינעכע. שויעס .א 2 אש } 4 יש מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייַדישער סאָווע- אי ןש יע 6 2 6 י, / מאר ר װאָס לעתן.יטיט). . + . + + 6 6 .2 דאָס איז טשיקאװע. נ. קאָ לפּאקאָװ. װער זײַט איר, ר 22 2 אש עב ר ר רעזומע לוט די מאטעריאלן פון נומער (רוסיש, ענגליש)
הו בי סא
הויפּט:רעדאקטאַר א. ווערגעליס רעדקאַלעגיע:
כ. ביידען (שטעלפארטרעטער פון הױפּטירעדאקטאָר),
ש. גאַרדאָן, ט. גען,
נאָטע לוריע, ב. מאָגילנער, ב. מילער, כ. מעלאמוד, ה. פּאָליאנקער,
י. שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), י. שרײַבמאן
קפּספ.
אַרדנטלעכער פּלענום פונעם צענטראלקקאָמיטעט פון כאווער אנדראָפּאַוו יורי וולאדימיראַוויטש.
אלס גענעראל-סעקרעטאר פונעם צענטראל-קאַמיטעט פון קפּספ האַט דער פּלענום איינשטימיק אויסגעוויילט דעם
דעם 12
נאַיאבער 1982 איז פאָרגעקומען
אן
אויסער-
2 יו
ה
= 4 א
= '{ =
דער זי כ שי 36). 8 בטי א ס0סה"סו' 6 =
-ישטיזן אָנ זאש?ף;יאָס 81 001ף זאמוטעט 11 מט? אש 1
שטטיאַסרטא"ט:)ש+: 6608. שהאט שַשָטַ"ם)
ה"י יק 066 יי א 6:זס יי יי - יז ט'זיזשססיזת סישיטשטייא ם'1) { 66 זיב | גאעטאמאייי. 2 :בי : יש
22 ,עעע,,,,,,,, ,,,,,,,, י
יי ינע קָהָי ,י.י עי יי וי ...18 *-,
== 2 ...406 -8:4 3 0 וב 58 6רי יע "...2 2
?
= אוו יי 0 4 ...ייה
מאטעריאלן פון דעם אוױיסעראַרדנטלעכן פּלענום פונעם צענטראל-קאַמיטעט פון קפספ דעם 12 נאַיאאצבער 1982
רעדע פונעם כאווער יו. װ. אנדראָפּאָוו
כאוויירים!
אונדזער פּארטיי און דאָס לאנד, דאָס גאנצע סאָוועטישע פאָלק האָבן געליטן א שװערן פארלוסט. עס האָט אופגעהערט צו שלאָגן דאָס הארץ פון דעם אָנפירער פון דער קאָמוניס- טישער פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד און פון דער סאָוועטישער מעלוכע, דעם אָנגעזעענסטן טוער פון דער צווישנפעלקערלעכער קאָמוניסטישער און ארבעטער-באוועגונג, דעם פלאמיקן קאָמוניסט, געטרײיען זון פונעם סאָוועטישן פאָלק -- לעאָניד איליטש ברעזשנעוו.
עס איז אוועק פון דער וועלט דער באדײַטנדיקסטער פּאָליטישער טוער פון דער הײַנט- צײַטיקײַט. אוועק אונדזער כאווער און פרײַנט, א מענטש מיט א גרויסער נעשאָמע און א גרויס הארץ, א פילבארער און גוטװיליקער, א הארציקער און טיף-מענטשלעכער. מעסירעס- נעפעשדיקע איבערגעגעבנקײַיט דער ארבעט, אומקאָמפּראָמיסלעכע פאָדערהאפטיקײַט צו זיך און צו אנדערע, קלוגע פאָרזיכטיקײַט באם אָנעמען פאראנטװאָרטלעכע באשלוסן, פּרינצי- פּיִעלקײַט און דרײיסטקײַט בייס די שארפע קערן פון דער געשיכטע. שטענדיקע אכטונג, פילבארקײייט און אופמערקזאמקײַט צו מענטשן -- אָט דאָס זײַנען יענע װוּנדערלעכע מײַלעס, פאר וועלכע מע האָט געשעצט און ליב געהאט לעאָניד איליטשן אין דער פּארטיי און אין פאָלק.
איך בעט באערן דעם ליכטיקן אָנדענק פון לעאָניד איליטש ברעזשנעוון מיט א מינוט פון שטילשװײַגן.
לעאָניד איליטש האָט געזאָגט, אז יעדן טאָג פון זיין לעבן איז ניט אָפּצוטײלן פון די טוּונגען,. מיט וועלכע עס לעבט די קאָמוניסְטישע פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד, דאָס גאנ- צע סאָוועטישע לאנד. און דאָס איז בעעמעס אזוי טאקע געווען.
די אינדוסטריאליזירונג פונעם לאנד און קאַלעקטיויזירונג פון דער לאנדווירטשאפט, די גרויסע פאָטערלענדישע מילכאָמע און די נאָכמילכאָמעדיקע אופשטעלונג, די באהערשונג פון דער צעלינא און די פאָרשונג פונעם קאָסמאָס-- דאָס אלץ זײַנען גרויסע ריכט-צייכנס אף דעם וועג פון מי און קאמף פונעם סאָװועטישן פאָלק און אין דער זעלבער צײַט ריכט- צייכנס אין דער ביַאָגראפיע פונעם קאָמוניסט לעאָניד איליטש ברעזשנעוו.
מיטן נאָמען און אופטוען פון לעאָניד איליטשן איז אומצערײַסבאר פארבונדן דער װוּקס פוֹן דער מעכטיקײַט אוּן די פארטיפערונג פון דער אלזײַטיקער מיטארבעט צווישן די לענדער פון דער גרויסער סאָציאליסטישער פריינטשאפט-פארייניקונג,. דער אקטיווער אָנטײיל פון דער אלוועלטלעכער קאָמוניסטישער באוועגונג אינעם לייזן די היסטאָרישע אופגאבן, וועלכע שטייען פאר דער מענטשהייט אין אונדזער עפּאָכע, די פארפעסטיקונג פון דער סאָלידאריטעט צווישן אלע קרעפטן פון נאציאָנאלער באפרייונג און סאָציאלן פּראָגרעס אף דער ועלט.
לעאָניד איליטש ברעזשנעוו װעט אף אייביק פארבלײַבן אינעם זיקאָרן פון דער דאנק- בארער מענטשהײיט װי א קאָנסעקװענטער לײַדנשאפטלעכער און אומדערמידלעכער קעמפער
:(
פאר שאָלעם און זיכערהײַט פון די פעלקער, פאר באזײַטיקן די הענגענדיקע איבער דער מענטשהייט געפאר פון א נוקלעארער מילכאָמע.
מיר ווייסן גוט, אז דעם שאָלעם װועסטו בא די אימפּעריאליסטן ניט אױיסבעטן. מע קאָן אים אויסקעמפן, נאָר שטיצנדיק זיך אף דער אומצעשטערלעכער מעכטיקייט פון די סאָווע- טישע באװאָפנטע קרעפטן. אלס אָנפירער פון דער פּארטיי און פון דער מעלוכע, אלס פאָר- זיצער פונעם לאנדשוץ-ראט פון פססר האָט לעאָניד איליטש באשטענדיק געשענקט אכט אף דעם, אז די שוצפעיקײַט פונעם לאנד זאָל זיך געפינען אפן ניואָ פון די הײַנטצײַטיקע פאָ- דערונגען.
דאָ, אין אָט דעם זאל, האָבן זיך צונויפגעקליבן די, װאָס גייען אריַן אינעם שטאב פון אונדזער פּארטיי, בעראָש פון וועלכן עס איז אכצן יאָר דורכאנאנד געשטאנען לעאָניד איליטש. יעדערער פון אונדז וייסט, וויפל קויכעס און וויפל נעשאָמע ער האָט אריינגעלייגט אינעם אָרגאניזירן די געמיינזאמע, קאָלעקטיווע ארבעט, דערין, אז אָט דער שטאב זאָל דורכלייגן א ריכטיקן לענינישן קורס. יעדערער פון אונדז וױיסט, װאָס פאר אן אומאָפּשאצלעכן צו- שטייַער לעאָניד איליטש האָט ארײיַנגעטראָגן אינעם שאפן יענע געזונטע מאָראליש-פּאָליטישע אטמאָספער, וועלכע כאראקטעריזירט היינט דאָס לעבן און די טעטיקײַט פון אונדזער פּארטיי.
מיט לעאָניד איליטשס נאָמען איז פארבונדן דער פּרינציפּיַעלער קאמף פון אונדזער פּארטיי אף צו באשיצן דעם מארקסיזם-לעניניזם, דאָס פאנאנדערארבעטן די טעאָריע פונעם אנטוויקלטן סאָציאליזם, די וועגן פון לייזן די סאמע אקטועלע אופגאבן פון דער קאָמוניסטי- שער בױוּנג. זײַן טעטיקײַט אין דער אלועלטלעכער קאָמוניסטישער באוועגונג האָט מיט רעכט באקומען די העכסטע אָפּשאצונג בא די ברידערלעכע פּארטײען, בא אונדזערע אױיס- לענדישע ברידער ליטן קלאס, די כאויירים לויטן קאמף פאר סאָציאליזם, קעגן דעם יאָך פון קאפּיטאל, פארן טריומף פון די גרויסע קאָמוניסטישע אידעאלן.
דאָס לעבן פון לעאָניד איליטש ברעזשנעוון איז איבערגעריסן געװאָרן, ווען זיינע גע- דאנקען, באמיונגען זײַנען געווען געווענדט אף צו לייזן די גרויסע אופגאבן פון דער עקאָנאַ- מישער, סאָציאלער און קולטורעלער אנטויקלונג, וועלכע זייַנען באשטימט געװאָרן אפן ועאא צוזאמענפאָר פון קפּספ, אף די שפּעטערדיקע פּלענומס פון צק. פארווירקלעכן די דאָ- זיקע אופגאבן, קאָנסעקוװוענט דורכפירן אין לעבן דעם אינערלעכן און אויסערן- פּאָליטישן קורס פון אונדזער פּארטיי און פון דער סאָוועטישער מעלוכע, וועלכער איז אויסגעארבעט געװאָרן אונטער דער אָנפירונג פון לעאָניד איליטש ברעזשנעוון,.---איז אונדזער ערשטראנגיקער כויוו. און דאָס וװועט זײַן אונדזער בעסטע באערונג פון דעם ליכטיקן אָנדענק פונעם אוועקגעגאנ- גענעם פון אונדז אָנפירער.
גרויס איז אונדזער טרויער. שווער איז דער פארלוסט, וועלכן מיר האָבן געליטן,
אין דער דאָזיקער אומגעבונג איז דער כויוו פון יעדערן פון אונדז, דער כויוו פון יעדן קאָמוניסט נאָך ענגער צונויפשליסן אונדזערע רייען, נאָך שטארקער זיך באהעפטן ארום דעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי, טאָן אף זײַן פּאָסטן, אין זײַן לעבן וי װײַט מעגלעך מער פאר דעם ווילזיַין פונעם סאָוועטישן פאָלק, פאר דער פעסטיקונג פונעם שאָלעם, פארן טריִומף פון קאָמוניזם.
דאָס סאָוועטישע פאָלק װוויַזט ארויס גרענעצלאָזן צוטרוי זײַן קאָמוניסטישער פּארטײ, װײַזט ארויס צוטרוי דערפאר, װוײַל זי האָט ניט געהאט און האָט ניט קיין אנדערע אינטע- רעסן, איידער די לעבנסוויכטיקע אינטערעסן פון די סאָוועטישע מענטשן. בארעכטיקן אָט דעם צוטרוי --- הייסט גיין פאָרויס אפן וועג פון קאָמוניסטישער בוונג, זיך דערשלאָגן א װײַטערדיקן אופבלי פון אונדזער סאָציאליסטיש היימלאנד.
מיר, כאוויירים, פארמאָגן אזא קראפט, וועלכע האָט אונדז געהאָלפן און העלפט אונדז אין די סאמע שווערע מאָמענטן, וועלכע גיט אונדז א מעגלעכקײַט צו לײזן די סאמע קאָמפּליצירטע אופגאבן. די דאָזיקע קראפט ---דאָס איז די איינהייט פון אונדזערע פּארטײישע רייען,. די דאָזיקע קראפט -- דאָס איז די קאָלעקטיווע קלוגשאפט פון דער פּארטי, איר קאָ- לעקטיווע אָנפירונג,. די דאָזיקע קראפט-- דאָס איז די איינהייט פון דער פּארטײי און פון דעם פאָלק.
אונדזער פּלענום האָט זיך הײיַנט פארזאמלט, קעדיי צו באערן דעם אָנדענק פון לעאָניד איליטש ברעזשנעוו און צו זיכערן די פאָרזעצונג פון דער זאך, וועלכער ער האָט אָפּגעגעבן זײַן לעבן.
דעם פּלענום שטייט פאָר צו לייזן די פראגע וועגן אויסויילן דעם גענעראל-סעקרעטאר פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד.
איך בעט די כאוויירים זיך ארױיסזאָגן וועגן אָט דער פראגע.
רערע פונעם כאווער ק. או. טשערגענקאָ
טײַערע כאוויירים!
די פּאָליטביוראָ האָט מיך באופטראָגט ארויסצוטרעטן פאר די אָנטיילנעמער פון אָט דעם אױסעראָרדנטלעכן פּלענום פון צק.
אונדזער אױסעראָרדנטלעכער פּלענום פון צק האָט ווירקלעך אן אויסשליסלעכן כאראק- טער. דאָס לאנד און די פּארטיי זײַנען אין טיפן טרויער. ס'האָט פארלאָזט דאָס לעבן לעאָניד איליטש ברעזשנעוו. :
דאָס סאָוועטישע פאָלק האָט פארלאָרן דעם אָנגעזעענסטן אָנפירער, וועלכער איז קימאט צוויי צענדליק יאָר געשטאנען בעראָש פון דער פּארטיי און פון דער מעלוכע, אָפּגעבנדיק אלע זײַנע קויכעס און קאָלאָסאלע פעיקייטן פארן גליק פון די סאָוועטישע מענטשן, פאר דער זאך פון דער קאָמוניסטישער בויונג בא אונדז אין לאנד. מיר מעגן זאָגן, אז די מענטש- הײַט האָט פארלאָרן א גרויסן, א בעעמעס אומדערמידלעכן קעמפער פאר די אידעאלן פון שאָלעם, פּרײיהײַט און סאָציאלן פּראָגרעס. מיר, די סאָוועטישע קאָמוניסטן, אונדזערע ברי- דער אין די סאָציאליסטישע לענדער, אונדזערע מיטקעמפער אין דער אלוועלטלעכער קאָמו- ניסטישער באוועגונג האָבן פארלאָרן א טאלאנטפולן פאָרזעצער פון דער לענינישער זאך, א מענטש, בא וועלכן מע האָט זיך געלערנט זײַן מעסירעסנעפעשדיק טריי די אינטערעסן פוּן די ארבעטנדיקע.
ווערטער זײַנען ניט אימשטאנד אויסצודריקן די גאנצע ביטערניש פון אונדזער פארלוסט, אָבער אין אָט די טרויעריקע טעג דינט אונדז, װי א גרויסע הילף, דער בײַשפּיל פונעם לעבן פון דעם אונדז אלעמען טײַערן לעאָניד איליטש.
לעאָניד איליטש האָט אין דער פולער מאָס באזיצט דעם טאלאנט צו לעבן מיט די אינ- טערעסן פון דער געזעלשאפט, מיט די אינטערעסן פונעם פאָלק. אזוי איז געווען טאָמיד, אָנ- געהויבן פון די יוגנט-יאָרן און ביז דעם לעצטן טאָג פונעם לעב
לעאָניד איליטש האָט גוט געװוּסט, אז איינע גוטע װוּנטשן -- דאָס איז א פּוסטער קלאנג. עס איז װייניק ארויסצוזאָגן ריכטיקע געדאנקען, מע דארף זיי שטיצן מיט פּינקטלעכער אֶר- גאניזאטאָרישער ארבעט, מאכן זיי פארשטענדלעך און צוגענגלעך פאר מאסן ארבעטנדיקע. ער האָט ליב געהאט מענטשן. ער האָט געװוּסט ויאזוי צו טרויען מענטשן.
לעאָניד איליטש איז געווען א מענטש פון אויסשליסלעכן מוט. ער האָט דאָס דערויזן ניט בלויז בייס דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע, וועלכע ער האָט דורכגעמאכט פו- נעם ערשטן ביזן לעצטן טאָג. דער מוט האָט אים ניט פארלאָזט אפן גאנצן לעבנסוועג. און ער האָט הויך, זייער הויך געשעצט אין יעדן כאווער דרײיסטקײַט, פּרינציפּיַעלקײַט, שטאנד- האפטיקייט בייס יעטווידע ניסיוינעס.
זיַן באנאנד מיט לעאָניד איליטשן, אים הערן, באשײמפּערלעך פילן די שארפקײַט פון זײַן סייכל, זײַן אײַנפאלערישקײַט, זײַן ליבע צום לעבן -- דאָס איז געווען א שול פאר אונדז אלעמען, וועמען ס'איז אויסגעפאלן דאָס גליק צו ארבעטן מיט אים האנט בא האנט.
לעאָניד איליטש ברעזשנעוו לאָזט אונדז איבער אן אויסערסט ווערטפולע יערושע. אונד- זער 18-מיליאָניקע פּארטיי איז איינהייטלעך און באהעפט. דאָס סאָוועטישע פאָלק גלייבט אומענדלעך אין דער קלוגשאפט פון דער פּארטיי. נאָרמעס פוּן אונדזער לעבן זײַנען געװאָרן פאָדערעװודיקײַט און אכטונג צו די קאדרען, פעסטע דיסציפּלין און שטיצע פון דרייסטע נוצלעכע איניציאטיוון,. אומבעשאָלעמדיקײַט צו יעטווידע אנטפלעקונגען פון ביװוראָקראטיזם און שטענדיקע זאָרג וועגן דער אנטוויקלונג פון די פארבינדונגען מיט די מאסן, וועגן דעם עכטן דעמאָקראטיזם פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט.
היטן און אנטוויקלען אָט דעם סטיל פון אָנפירונג, האלטן טײַער אלץ, װאָס עס האָט אונדז איבערגעלאָזט אלס געבאָט מיט זײַן װאָרט און טאט לעאָניד איליטש, -- דאָס איז אונד-
7
זער כויוו פאר זיַן אָנדענק, אונדזער כויוו פאר דער פּארטיי און פארן לאנד. אלס פעסטע גאראנטיע, אז דאָס װעט אזוי זײַן, דינט דער אָנפירנדיקער קערן פון דער פּארטײי, איר צענטראל-קאָמיטעט, די פּאָליטביוראָ, װאָס האָט זיך אױסגעפאָרמירט בא לעאָניד איליטשס באשליסנדיקן אָנטײל,
אין נאָמען פון דער פּאָליטביװראָ וויל איך אױסדריקן די טיפסטע איבערצייגונג, אז אונדזער פּלענום וועט דורכדעמאָנסטרירן פארן גאנצן לאנד, פאר דער גאנצער וועלט, אז די פארטיי וועט פעסט גיין װײַטער מיטן לענינישן קורס, וועלכער איז אפן הײַנטיקן עטאפּ קלאָר און פול אויסגעדריקט אין די באשלוסן פון ווואא -- ושאא צוזאמענפאָרן פון קפּספ. די אינערן- און אױיסערן-פּאָליטיק פון אונדזער פּארטיי, װאָס אין איר פאנאנדערארבעטונג און פארווירק- לעכונג עס האָט א קאָלאָסאלן צושטײַער ארײַנגעטראָגן לעאָניד איליטש ברעזשנעוו, װעט דורכגעפירט ווערן זיכער, קאָנסעקװענט און צילגעווענדט.
אונדזערע אָריִענטירן זײַנען געווען, זײַנען און װעלן פארבלייבן דאָס ווילזיין פונעם פאָלק און דאָס אײינהיטן דעם שאָלעם אף דער וועלט.
בא אונדז איז פאראן א פאנאנדערגעוויקלטע, גוט אָפּגעמאָסטענע סאָציָאל-עקאָנאָמישע פּראָגראם. די עקאָנאָמיק דארף זײיַן עקאָנאָמיש. אזא איז די אײַנשטעלונג פון דער פּארטיי. און דאָס באטײַט טעכנישע איבערבאװאָפענונג פונעם אינדוסטריִעלן און פונעם אגרארן סעק- טאָר, פארפולקומונג פון דער אָנפירונג און, פארשטייט זיך, א פארבעסערונג פון דער אָרגא- ניזאציע פון דער מי, א װוּקס פון איר פּראָדוקטיװוקײַט, אף אָט דער באזע װעט אומאָפּנױג- לעך זיך אנטוויקלען די עקאָנאָמיק פון אונדזער מעלוכע, ס'וועט זיך העכערן דער ווילשטאנד פונעם פאָלק. אף אָט דער באזע װעט געפעסטיקט ווערן די שוצפּעיקײַט פונעם לאנד.
בא אונדז איז פאראן א ברייטע, קאָנקרעטע שאָלעם-פּראָגראם פאר די אכציקער יאָרן זי אנטשפּרעכט די האָפענונגען פונעם פאָלק. אנטשפּאנונג, אנטװאָפענונג, דאָס בײַקומען די קאָנפליקט-סיטואציעס, די באזיַטיקונג פון דער געפאר פון א נוקלעארער מילכאָמע---אָט דאָס זײַנען די אופגאבן, װאָס מיר שטעלן פאר זיך. מיר ווילן א זיכערע געפארלאָזיקײַט פאר זיך, פאר אונדזערע פריינט, פאר אלע פעלקער פון דער וועלט.
טײַערע כאוויירים!
מיר אלע, ווארשײינלעך, באזיניקן, אז עס איז אויסערסט שווער פארפילן דעם פארלוסט, וועלכן עס האָט אונדז פארשאפט לעאָניד איליטשס טױט. איצט איז צוויי מאָל אזויפיל, דריי מאָל אזויפיל וויכטיק פירן די ארבעט אין דער פּארטיי אף א קאָלעקטיוון אויפן. פרײַנט- שאפטלעכע, געמיינזאמע ארבעט אין אלע פּארטיי-אָרגאנען װעט זיכערן די װײַטערדיקע דער" פאָלגן סיי אין דער קאָמוניסטישער בױיוּנג, סײַי אין אונדזער טעטיקײַט אף דער צווישנפעל- קערלעכער ארענע.
באהאנדלט די געשאפענע לאגע, האָט די פּאָליטביוראָ פון צק קפּספ מיך באופטראָגט פאָרלייגן דעם פּלענום אױסצוּוויילן אלס גענעראל-סעקרעטאר פון צק קפּספ דעם כאווער אנד- ראָפּאָוו יורי ולאדימיראָוויטש. כ'מיין, ס'איז ניטאָ קיין נױטװענדיקײַט צו דערציילן זײַן ביאָגראפיע. יורי וולאדימיראָוויטש איז גוט באװוּסט אין דער פּארטיי און אין לאנד װי א מע- סירעסנעפעשדיקער, טרײַער דער זאך פון דער לענינישער פּארטיי קאָמוניסט, לעאָניד אי- ליטשס נאָענטסטער מיטקעמפער.
יורי וולאדימיראָוויטש האָט הינטער זיך אן אלזײַטיקע טעטיקײַט אין געביט פון אינערן- און אױיסערן-פּאָליטיק, פון אידעאָלאָגיע. ער איז געווען אי א קאָמיוגישער אָנפירער, אי א באדײיַטנדיקער פּארטיי-טוער און דיפּלאָמאט. ניט וייניק מי האָט ער ארײַנגעלײגט אינעם פעסטיקן די סאָציָאליסטישע מיטפרײַנטשאפט, אינעם זיכערן די געפארלאָזיקײַט פון אונדזער מעלוכע.
לעאָניד איליטש האָט הויך געשעצט זײַן מארקסיסטיש-לענינישע איבערצײיגטקײיט, פּאר- טײיַשקײַט,. דעם ברייטן באנעם, זײַנע מערקווירדיקע זאכלעכע און מענטשלעכע מײיַלעס. אלע מיטגלידער פון דער פּאָליטביוראָ האלטן, אז יורי ולאדימיראָװיטש האָט גוט אופגעפאסט דעם ברעזשנעווישן סטיל פון אָנפירונג, די ברעזשנעווישע זאָרג וועגן די אינטערעסן פונעם פאָלק, די ברעזשנעווישע באציונג צו די קאדרען, די אנטשלאָסנקײַט זיך קעגנשטעלן מיט אלע קויכעס די אינטריגעס פון די אגרעסאָרן, אײַנהיטן און פעסטיקן דעם שאָלעם.
יורי וולאדימיראָוויטשן זײַנען אייגנטימלעך פּארטיייישע באשיידנקײַט, אָפּשײַ בענעגייע דער מיינונג פון אנדערע כאוויירים און, מע קאָן זאָגן, א נייגונג צו קאָלעקטיווער ארבעט. די פּאָליטביראָ האלט איינמוטיק: דער כאווער אנדראָפּאָוו האָט פארדינט דעם צוטרוי פונעם צענטראל-קאָמיטעט, דעם צוטרוי פון דער פּארטיי.
טײַערע כאוויירים! פארנייגנדיק אונדזערע קעפּ פאר דעם ליכטיקן אָנדענק פון לעאָניד איליטשן, זאָגן מיר פײַערלעך צו, אז מיר װעלן אומדערמידלעך פאָרזעצן אונדזער שאפונגס- ארבעט. אלץ, װאָס ס'האָט ניט באויזן אָפּטאָן לעאָניד איליטש, װאָס ס'האָט אָנגעמערקט אונטער זײַן אָנפירונג די פּארטיי, וועט אָפּגעטאָן ווערן.
יורי ולאדימיראָוויטש אנדראָפּאָװו
יורי ולאדימיראָוויטש אנדראָפּאָוו איז געבוירן געװאָרן דעם 15 יון 1914 יאָר אין דער מישפּאָכע פון אן אייזנבאנער אף דער סטאנציע נאגוטסקאיא, סטאװראָפּאָלער קאנט. בילדונג הויכע. מיטגליד פון קפּספ פון 1939 יאָר.
א זעכצניאָריקער קאָמיוגיסט, איז יו. וו. אנדראָפּאָו געווען אן ארבעטער אין דער שט. מאָזדאָק, צאָפן-אָסעטינישע אססר. דערנאָך איז זײַן ארבעטס-ביאָגראפיע פאָרגעזעצט געװאָרן אף די שיפן פון דער װאָלגער דאמפשיפן-פארוואלטונג, װוּ ער האָט געארבעט אלס א מאטראָס,
פונעם 1926 יאָר איז יו. װו. אנדראָפּאָו אף קאָמיוגישער ארבעט.
ער איז אויסגעוויילט געװאָרן אלס באפרײַטער סעקרעטאר פון דער קאָמיוגישער אָרגא" ניזאציע אינעם טעכניקום פון וואסער-טראנספּאָרט אין דער שט. ריבינסק, יאראָסלאװער געגנט. אינגיכן האָט מען אים ארויסגערוקט אפן פּאָסטן פון קאָמסאָרג פון צק אללקיופ אין דער שיף-ווערף אף װאָלאָדארסקיס נאָמען אין דער שט. ריבינסק. אין 1928 יאָר האָבן די קאָמיוגיסטן פון יאראָסלאװער געגנט אויסגעוויילט יו. װו. אנדראָפּאָוון אלס ערשטן סעקרעטאר פונעם יאראָסלאװער געגנטקאָם אללקיופ. אין 1940 יאָר ווערט יו. וו. אנדראָפּאָוו אויסגעוויילט אלס ערשטער סעקרעטאר פון צק לקיופ פון קארעליע.
פון די ערשטע טעג פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע איז יו. וו. אנדראָפּאָוו אן אקטיווער אָנטײילנעמער אין דער פּארטיזאנישער באוועגונג אין קארעליע. נאָך דעם, וי די שטאָט פּעטראָזאװאָדסק איז אין 1944 יאָר באפרייט געװאָרן פון די פאשיסטישע פארכא- פּער, איז יו. וו. אנדראָפּאָוו אף פּארטיי-ארבעט. ער װערט אוסגעויילט אלס צווייטער סעק- רעטאר פונעם פּעטראָזאװאָדסקער שטאָטקאָם פון דער פּארטיי, און אין 1947 יאָר.--אלס צווייטער סעקרעטאר פונעם צק פון דער קאָמפּארטײ פון קארעליע.
אין 1951 יאָר ווערט יו. וו. אנדראָפּאָו, לוטן באשלוס פון צק קפּספ, אריבערגעפירט אין אפאראט פון צק קפּספ און באשטימט אלס אינספּעקטאָר, און דערנאָך אלס פארוואלטער פון א סובאָפּטײל פון צק קפּספ.
אין 1952 יאָר שיקט די פּארטיי יו. וו. אנדראָפּאָוון אף דיפּלאָמאטישער ארבעט. עטלעכע יאָר איז ער געווען דער אױסעראָרדנטלעכער און פולמעכטיקער געזאנדטער פון פססר אין דער אונגארישער פאָלקס-רעפּובליק.
אין 1957 יאָר איז יו. וו. אנדראָפּאָוו ארויסגערוקט געװאָרן אלס פארוואלטער פון אן אָפּטײל פון צק קפּספ.
אפן וואא און אף די שפּעטערדיקע פּארטיי-צוזאמענפאָרן ווערט יו. וו. אנדראָפּאָוו אויס- געוויילט אלס מיטגליד פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון קפּספ.
אין 1962 יאָר װערט יו. װ. אנדראָפּאָוו אויסגעוויילט אלס סעקרעטאר פון צק קפספ.
אין מײַ 1967 ווערט יו. וו. אנדראָפּאָוו באשטימט אלס פאָרזיצער פון דעם קאָמיטעט פון מעלוכע-זיכערקײַט בא דעם מיניסטאָרן-ראט פון פססר. אין יון פון דעם זעלבן יאָר איז ער אויסגעוויילט געװאָרן אלס קאנדידאט פון פּאָליטביוראָ פון צק קפּספ.
אין מײַ 1982 יאָר איז יו. װ. אנדראָפּאָו אױסגעװיילט געװאָרן אלס סעקרעטאר פון צק קפּספ.
פון אפּרעל 1973 יאָר איז יו. װו. אנדראָפּאָוו א מיטגליד פון פּאָליטביוראָ פון צק קפּספ,
יורי וולאדימיראָװויטש אנדראָפּאָוו איז א דעפוטאט פונעם אויבער-סאָװעט פון פססר פון א ריי צונויפרופן.
אף אלע פּאָסטנס, װוּ עס האָט לויטן װוילן פון דער פּארטיי געארבעט יו. וו. אנדראָפּאָוו האָט זיך ארויסבאוויזן זײַן געטרײַשאפט דער גרויסער זאך פון לענינען, דער פּארטיי. ער גיט אָפּ אלע זײַנע קויכעס, קענטענישן און דערפארונג דער פארווירקלעכונג פון די בא- שלוסן פון דער פּארטיי אין לעבן, דעם קאמף פארן טריָומף פון די קאָמוניסטישע אידייען.
פאר זײַנע גרויסע פארדינסטן פארן היימלאנד איז "ו. וו. אנדראָפּאָוון --- דעם אָנגעזעע- נעם טוער פון דער קאָמוניסטישער פּארטײ און פון דער סאָוועטישער מעלוכע-- צוגעייגנט געװאָרן אין 1974 יאָר דער טיטל העלד פון סאָציאליסטישער מי. ער איז באלוינט מיט פיר לענין-אָרדענס, מיט די אָרדענס פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע, פון דער רױטער פאָן, מיט דרײַ אָרדענס פון דער רויטער ארבעטס-פאָן און מיט מעדאלן.
אונדזער רודערער--די פּארמיי
...איך בלעטער /, די קליינע ערד", ,ווידער- געבורט", ,צעלינא", קזיכרוינעס"-- ביכער, װאָס פון זייערע זײַטן אנטשטייט בוילעט און זיכטבאר דאָס הערלעכע געשטאלט פון לעאָניד איליטש ברעזשנעוו,. דעם פלאמיקן פּאטריאָט, דעם געטרייען פאָרזעצער פון לענינס גרויסער זאך, דעם אָנגעזעענסטן קעמפער פאר שאָלעם. און ס'האָבן זיך דערמאָנט לעאָניד איליטשס ווערטער, וועלכע ער האָט געזאָגט בייסן אי- בערגעבן אים די לענינישע פּרעמיע. ;מיך האָט דערצויגן אונדזער לענינישע פּארטיי. מײַן גאנץ באװוּסטזיניק לעבן געפין איך זיך אין דער שערענגע קאָמוניסטן. דערפאר טאקע גע- שריבן פריִער פון אלץ וועגן זיי --- די אקטיווע קעמפער, וועגן זייער אידייישער איבערצייגט- קײַט, גײַסטיקער שינקײַט. די פּארטײי און דאָס פאָלק זיינען געווען די הויפּט-העלדן פון ל. אי. ברעזשנעווס ביכער, װײַל זיַן פּערזענ- לעכן גוירל איז ניט אָפּצוטײלן פונעם פאָלקס- גוירל, ווייל די זאך פון דער פּארטיי איז גע- ווען אויך זײַן זאך. די פּארטיי און דאָס פאָלק האָבן אים אוועקגעשטעלט אפן פאָדערשטן ראנד פונעם קאמף פארן קאָמוניזם. און היינט, ווען לעאָניד איליטש איז ניטאָ מיט אונדז, איז זײַן מערקווירדיק לעבן, זײַן פילארטיקע טעטיקײיַט, גופע זײַן העלע פּערזענלעכקײַט א בײשפּיל פון מעסירעסנעפעשדיקן, אומדערמידלעכן די- נען דעם היימלאנד, דעם פאָלק, דער פּארטי.
די פּארטיי איז אונדזער רודערער. װאָס פאר א גוואלדיק גרויסן זין אנטהאלטן די דאָזיקע ווער- טער! אונטער דער פאָן פון דער גרויסער לענין- פּארטיי גײיען מיר מיטן וועג פון שאפונג, מיטן וועג פון שאָלעם און סאָציאלן פּראָגרעס. די ארבעטנדיקע פון אונדזער לאנד האָבן ניט איין מאָל זיך איבערצייגט, אז די פּארטיי פון די קאָמוניסטן בלײַבט באם באליביקן קער פון די געשעענישן, בא די באליביקע ניסיוינעס אף דער הייך פון איר היסטאָרישער מיסיע. די געטרייישאפט דעם לענינישן קורס, די אי- דעאלן פונעם קאָמוניזם דינען אלס א גאראן- טיע פון דער אומופהערלעכער פאָרויסבאווע- גונג.
;דאָס סאָוועטישע פאָלק זעט אין דער פּאר- טיי זײַן אױסגעפּרוּװוטן קאָלעקטיוון פירער, זײַן קלוגשאפטלעכן אָנפירער און אָרגאניזאטאָר, ---
10
ווערט געזאָגט אין דער ווענדונג פונעם צענט- ראל-קאָמיטעט פון קפּספ, פונעם פּרעזידיום פון אויבער-סאָװועט פון פססר, פונעם מיניס- טאָרן-ראט פון פססר צו דער קאָמוניסטישער פּארטיי,. צום סאָװועטישן פאָלק. --- די ניט-גע- וואקלטע איינהייט פון דער פּארטײי און דעם פאָלק איז געווען און פארבלײַבט דער קואל פון דער אומצעשטערבארער קראפט פון דער סאָוועטישער געזפלשאפט".
די נאָכפאָלגעװדיקײַט פונעם קורס פון אונדזער פּארטיי האָט באשטעטיקט דער אויסער-" אָרדנטלעכער פּלענום פון צק קפּספ. אף אים איז אלס גענעראל-סעקרעטאר פון צק קפּספ איינשטימיק אויסגעווילט געװאָרן דער כאווער יו. װו. אנדראָפּאָוו, ל. אי. ברעזשנעווס א נאָ- ענטסטער מיטקעמפער. אין זייַן רעדע אפן פּלענום האָט דער כאווער יו. ו. אנדראָפּאָ געזאָגט: ;דאָס לעבן פון לעאָניד איליטש ברעזשנעוון האָט זיך איבערגעריסן, ווען זיינע געדאנקען, באמיונגען זײַנען געווען געווענדט אף צו לייזן גרויסע אופגאבן פון דער עקאָנאָ- מישער, סאָציאלער און קולטורעלער אנטוויק- לונג, וועלכע עס האָט באשטימט דער |/24א צוזאמענפאָר פון קפּספ, די שפּעטערדיקע פּלע- נומס פון צק פארווירקלעכן די דאָזיקע אופ- גאבן, קאָנסעקװענט דורכפירן אין לעבן דעם אינערלעכן און אויסערלעכן קורס פון אונדזער פּארטיי און פון דער סאָוועטישער מעלוכע, וועלכע איז אויסגעארבעט געװאָרן אונטער דער אָנפירונג פון לעאָניד איליטש ברעזשנעו.-- איז אונדזער ערשטראנגיקער כויוו".
די סאָוועטישע שרייבער זײַנען טאָמיד, אף אלע עטאפּן פון דער קאָמוניסטישער שאפונג געווען געטרײַע מיטהעלפער פון דער פּארטי. די אקטיווע לעבנס-פּאָזיציע, דער געזעלשאפט- לעכער טעמפּעראמענט באוועגט די שרייבער פונעם לאנד אריינצומישן זיך מיט די כאראק- טעריסטישע פאר דער ליטעראטור מיטלען אין דער װױרקלעכקײַט,. שטרעבן באוירקן אירע פּראָצעסן, אָנטײלצונעמען אינעם לייזן די לעבנס-" וויכטיקע פּראָבלעמען, װאָס די פּארטיי שטעלט. די פּארטיי האָט געשאפן אן אטמאָספער, וועל- כע איז מאקסימאל גינסטיק פאר דער פרוכט" בארער ארבעט פון דער שעפערישער אינטע- ליגענץ, פארן אופבלי פונעם טאלאנט פון די מײַסטערס פון ליטעראטור און קונסט,
מיר איז אויסגעקומען צו זײַן א דעלעגאט פון ווואא. שואא, עאא און ועאא צוזאמענפאָרן פון קפּספ, און אף יעדן פון זיי זייַנען די פראגן וועגן דער אנטוויקלונג פון דער פילנאציאָנא- לער סאָוועטישער ליטעראטור און קונסט בא- טראכט געװאָרן באנאנד מיט די אנדערע פראגן, וועלכע האָבן אן אלגעמיין-מעלוכישן באדײַט. דער /אא צוזאמענפאָר פון קפּספ האָט מיט באפרידיקונג אָפּגעמערקט, אז די קינסטלערישע אינטעליגענץ פון אונדזער לאנד טראָגט ארײַן אן אלץ מער װאָגיקן צושטייער אין דער אל- פּארטייישער, אלפאָלקישער זאך פון בויען די קאָמוניסטישע געזעלשאפט. און אפן ועאא צו- זאמענפאָר האָט מען גערעדט ועגן דעם, אז די לעצטע יאָרן האָבן זיך באוויזן ניט װייניק טא- לאנטירטע װערק און אז אין דער סאָוועטישער קונסט הייבט זיך אוף א נײַע צופלוס-כוואליע.
א באווייז פון דער שטענדיקער, דורכדרינג- לעכער, אלטעגלעכער אופמערקזאמקייט פון דער פּארטיי צו אונדזער ליטעראטור, פונעם װײַטערדיקן אנטוויקלען און פאָרזעצן די לע- נינישע מעטאָדן פון פּארטיי-אָנפירונג זיינען די באוווסטע באשטימונגען פון צק קפּספ פאר די לעצטע יאָרן--;וועגן דער ליטעראריש- קינסטלערישער קריטיק", ,וועגן דער ארבעט מיט דער שעפערישער יוגנט", ,וועגן װײַטער- דיקן פארבעסערן די אידעאָלאָגישע, פּאָליטיש- דערצייערישע ארבעט" און די אָקאָרשטיקע באשטימונג ,וועגן די שעפערישע פארבינדונ- גען פון די ליטעראריש-קינסטלערישע זשור- נאלן מיט דער פּראקטיק פון קאָמוניסטישער בויוּנג". די ליטעראטן פונעם לאנד באטראכטן די דאָזיקע פּארטיייישע דאָקומענטן אלס א דויערהאפטיקע פּראָגראם פון זייער ארבעט. ארבעטן מיט נאָך מער פאראנטװאַרטלעכקײַט, פאָדערעװודיקײַט, אָפּגעבנדיק אלע קויכעס,-- דערין זעען אײַן זייער פליכט די טוער פון דער פילנאציאָנאלער סאָוועטישער ליטעראטור.
אופנעמענדיק מיטן גאנצן הארצן די ווענ- דונג פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון קפּספ, פו- נעם פּרעזידיום פון אויבער-סאָװעט פון פססר, פונעם מיניסטאָרן-ראט פון פססר צו דער קאָ- מוניסטישער פּארטיי, צום סאָוועטישן פאָלק, די באשלוסן פונעם אױיסעראָרדנטלעכן פּלענום פון צק קפּספ, טראכטן מיר הײַנט, די טוער פון דער סאָוועטישער ליטעראטור, וועגן דעם, וי מיר זאָלן מיט אונדזער מי, מיט אונדזער שא-
פונג װאָס בעסער בארעכטיקן דעם צוטרוי פונעם פאָלק און פון דער פּארטיי.
אין סאָף דעקאבער 1982 איז געװאָרן 60 יאָר זינט דער אויסבילדונג פון פססר. די קינסט- לערישע וװערק, וועלכע זײַנען געשאפן גע- װאָרן אין אלע רעפּובליקן אף 78 שפּראכן פון די נאציעס און פעלקערשאפטן פון פססר זאָגן איידעס וועגן װײַטערדיקן אופבלי פון די נא- ציאָנאלע סאָוועטישע ליטעראטורן.
די ביכער פון די סאָוועטישע שרײַבער זיינען געװוענדט צו דער פילמיליאָניקער לייע- נער-אאודיטאָריע אף דער גאנצער פּלאנעט, זי אנטפּלעקן דעם עמעס וועגן אונדזער אויפן פון לעבן, שטעלן זיך אייַן פאר אונדזערע גרויסע אידעאלן. באטייליקנדיק זיך אקטיוו אינעם קאמף פאר איינהיטן דעם שאָלעם, וועלכן עס פירט אומדערמידלעך די קפּספ, שטרעבן די ליטעראטן פונעם לאנד פון די סאָװועטן מיט זייער געווער--- מיט דער פּען, מיט דעם פלא- מיקן װאָרט,. אז די טויט-טראָגנדיקע װאָלקנס פון א נײַער וועלט-מילכאָמע זאָלן קיינמאָל ניט פארשטעלן דעם הימל איבער דער פּלאנעט, אז די אָרנטלעכע מענטשן פון אלע לענדער זאָלן קאָנען רויק לעבן און ארבעטן. ס'איז איצט ניטאָ קיין וויכטיקערע אופגאבע, וי צעשמע- טערן די בייזטראָגנדיקע פּלענער פון די אונ- טערצינדער פון א נײַער וועלט-סרייפע.
די סאָוועטישע מענטשן שטייען אף דער ארבעט-וואכטע פונעם עלפטן פינפיאָר. די הער- צער פון מיליאָנען זיינען פול מיט אנטשלאָסן- קײַט צו פארווירקלעכן אין לעבן די אָנצייכע- נונגען פון דער פּארטיי. מיט זיכערקײַט קוקן מיר אפן אָנקומענדיקן טאָג.
דער ארבעטער-קלאס, דאָס קאָלווירטישע פּױיערטום, די פאָלקס-אינטעליגענץ באהעפטן הײַנט נאָך ענגער זייערע ריען ארום דער קפּספ, ארום איר לענינישן צענטראל-קאָמיטעט. און יעדערער פון אונדז, ליטעראטן, באנעמענ- דיק זײַן הויכע פליכט, װעט שטרעבן צו שאפן ביכער, וועלכע זײַנען נייטיק אונדזער פאָלק און דער פּארטיי, ווערק, אין וועלכע עס װועט פארקערפּערט ווערן דאָס העלדישע געשטאלט פון אונדזער מערקוירדיקן מיטצײַטלער-- דעם שעפער און בויער.
געאָרגי מארקאָון
11
טעאָרעטישע קאַנפערענץ פון ,סאַװועטיש היימלאנך"
אלבערט בעליאיעװ
די פּאראדאָקסן פון ראָגאלד חינלי
אין 1979 איז דערשינען גלײיכצײַטיק אין ענגלאנד און אין די פאריניקטע שטאטן א בוך פון ראָנאלד הינלי מיטן נאָמען ;רוסישע שרײַבער או די סאָווע- טישע געזעלשאפט. 1917--71978.
דער סאַװועטאָלאָג לעבט און ארבעט אין ענגלאנד, אין דעם אָקספאָרדער אוניווערסיטעט. זײַנע פריערדיקע װערק וועגן די רוסישע שרײַבער, װעגן דעם ,רעטענישפולן רוסישן כאראקטער", װוי אױך זיינע ארטיקלען אין די פארעױי" דענע פּראָפּאגאנדיסטישע אױיסגאבעס פונעם טיפ פפּראָבלעמען פון קאָמניזם", האָבן אים געשאפן א רעפוטאציע פון א פארביסענעם אנטיקאָמוניסט.
צי זײַנען פאראן אין סאָװעטנפארבאנד סאָװעטישע שרײַבער? = 4 = טע טיט "עב יי א ר אי ר יבא אי
ראָנאלד הינליס בוך באװײַזט, אז בא דעם טייל פון דער צווישנפעלקערלעכער סאָװוע- טאָלאָגיע, װאָס פארנעמט זיך דעריקער מיט פראגן פון דער קינסטלערישער קולטור אין אנטוויקלטן סאָציאליזם און באזונדערס מיט ליטעראטור-פראגן, האָט זיך שוין פולשטענדיק סטאביליזירט די טענדענץ אריבערצוגיין אף פּראָפּאגאנדיסטישע און אָפן אנטיקאָמוניסטישע פּאָזיציעס. ר. הינלי האָט שוין מיטן קעפּל פון זײַן בוך װוי געגעבן אָנצוהערן, אז צווישן די באגריפן ,רוסישע ליטעראטור" און ,סאָוועטישע געזעלשאפט" איז פאראן א װידערשפּרוך. פון איין זײַט, הייסט עס, איז פאראן א רוסישע ליטעראטור, פון דער צווייטער זײַט אָבער -- א סאָוועטישע געזעלשאפט. ער שרײַבט טאקע אָפן אזוי, אז אָנשטאָט באנוצן דעם אויסדרוק ;סאָוועטישע ליטעראטור", האלט ער פאר בעסער צו ריידן עוועגן די הײַנטצײַטיקע רוסישע שרייבער, וועלכע לעבן אין סאָוועטנפארבאנד" אָדער ,וועגן דער רוסישער ליטעראטור אינעם סאָוועטישן פּעריאָדײ,
דער סאָװעטאָלאָג האלט, אז , אין ליטערארישן פּראט טראָגט דאָס װאָרט ,סאָוועטישע" א צװײידײַטיקן כאראקטער. אָט, אשטייגער, סאָלזשעניצין רופט זיך רוסישער שרײַבער, ער האלט זיך אָבער ניט פאר א סאָוועטישן שרײַבער.
אזא ארגומענט קאָן בעעמעס ארויסרופן ניט מער וי אן איראָנישן שמייכל. הינלי האָט בעדייע צו מאכן א סאָף צו דער מאָדע, װאָס האָט זיך אײַנגעפירט אין דער ליטעראטור. וויסנשאפט פונעם מײַרעװ, אז מע צעטיילט די רוסישע ליטעראטור אף א סאָוועטישער און עמיגראנטישער. ער איז גרייט אפילע רופן צו אָרדענונג דעם באװוּסטן ליטעראטור-סאָװע- טאָלאָג גלעב סטרוּווען דערפאר, װאָס יענער האָט ארויסגעגעבן א ספּעציִעלן בוך ועגן דער רוסישער ליטעראטור אין דער עמיגראציע. קורץ, לויט הינלין טויגן ניט די עפּיטעטן ,סאָ- וועטישער שרייבער", ,סאָוועטיש ווערק". װועלנדיק אופשטעלן א וואנט צװישן די סאָוועטישע שרייבער אין זייער סאָציאליסטיש פאָטערלאנד, פארבײַט הינלי פלינק דעם טערמין ,סאָווע-
12
טישע שרײַבער" מיטן באגריף ,שרײַבער, וועלכע לעבן אין סאָוועטנפארבאנד",-- צי ניט דערפאר, ווייל דער דאָזיקער טערמין אנטהאלט אין זיך, קױדעמקאָל, אן אידעאָלאָגישע בא- פארבונג?
מיילע, אין דער געשיכטע זײַנען שוין געווען פּרוּוון צו דערקלערן דעם סאָוועטנפאר- באנד פאר א ,געאָגראפישן באגריף". איצט אָבער באװײַזט אונדז הינלי דעם זעלבן קונץ מיט דער סאָוועטישער ליטעראטור און גלײַכצײַטיק זײַן אייגענעם גאנץ פרעכן פארלאנג צו פארייניקן אונטער איין דאך, אין איין באגריף די סאָוועטישע שרײַבער און יענע, וועלכע האָבן פארלאָרן דאָס רעכט צו רופן זיך אווי, ווערנדיק אימיגראנטן אָן א היים. ,איך רוף דרייסט אָן די דאָזיקע שרײַבער און זייער ליטעראטור, -- טוט א מאך מיט גאדלעס הינלי,--. רוסישע... אומאָפּהענגיק דערפון, װוּ זיי װווינען און אומאָפּהענגיק פון זייערע אידעאָלאָגישע אָנשויוּנגען".
װוי זאָגט מען דאָס, א פרײַען מענטשן קאָן מען קיין דייעס ניט זאָגן. אָבער פון אזא מין דריײיסטקײַט שמעקט שוין צו שטארק מיטן פּראָפּאגאנדיסטישן מאנעווער, וועלכער שטעלט פאר זיך גאָר אנדערע צילן, ניט קיין ליטערארישע.
ראָנאלד הינלי רימט שטארק די ביכער פון זײַנע קאָלעגן-סאָװעטאָלאָגן---אָנהײבנדיק פון גלעב סטרוּווען און ביז עדווארד בראון, וועלכע האָבן, לויט זײַן מיינונג, געשאפן ,פּרעכ- טיקע ביכער וועגן דער געשיכטע פון דער רוסישער סאָוועטישער ליטעראטור". װוי עס וערט אָבער קלאָר, איז די זאך פאָרט ניט פּאָשעט אפילע פאר אים אליין, האגאם ער רעדט אזוי אין א מינוט פון גרויסהאלטערײי. מיר האָבן נאָך ניט, -- קלאָגט זיך װײַטער הינלי, --- קיין אײינהײַטלעך וערק, װוּ עס זאָל אדעקוואט און אף א געפּרעסטן אויפן טראקטירט װערן די ליטעראטור פונעם גאנצן פּעריִאָד, וועלכע איז גענומען געװאָרן אין איר סאָציָאלן קאָנטעקסט, ניט כראָנאָלאָגיש, נאָר פּראָבלעמארטיק, טעמע נאָך טעמע"..
הינלי גיט צו מיט זעלבסטזיכערקײַט, אז גראָד אָט דאָס בוך זײַנס איז בארופן צו פארפולן דאָס פּוסטע אָרט אין דער סאָװעטאָלאָגיע. דערבײַ ווארפן זיך אין די אויגן הינליס אומבאגרינדעטע פּרעטענזיעס (אגעוו, עס טרעפן זיך אזעלכע פּרעטענזיעס איך בא די אנ- דערע סאָװעטאָלאָגן, באזונדערס בא די אמעריקאנער) צו שאפן דעם אײַנדרוק, אז די עמעסע געשיכטע פון דער אנטוויקלונג פון דער סאָוועטישער ליטעראטור קאָנען קלוימערשט פאָר- מולירן בלויז די מײַרעװדיקע ספּעציאליסטן, וועלכע פארמאָגן, הייסט עס, מער אינפאָרמאציע וועגן דעם לעבן פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט, איידער די סאָוועטישע ספּעציאליסטן, װײַל פון די לעצטע, וי הינלי פארזיכערט, ;באהאלט מען די דאָזיקע אינפאָרמאציע זאָרג- זאם אויס".
אן אָריגינעלע שטעלונג? לאכלוטן ניט! אין דער דאָזיקער באהױפּטונג איז ניטאָ קיין שום אָריגינעלקײַט, ניטאָ קיין אייגענער געדאנק. הינלי כאזערט בלױז איבער די סענטענץ פונעם אמעריקאנער סאָװעטאָלאָג װיקטאָר פראנק, וועלכער האָט מיט דרײַסיק יאָר פריִער פון אים געשריבן אין זשורנאל ,די פּראָבלעמען פון קאָמוניזם". ,..אזויווי די רוסישע גע- לערנטע זיינען ניט אימשטאנד װי געהעריק אױסצוטײַטשן די פאקטן פון דער איגענער געשיכטע און פון דער ציוויליזאציע אף אן עכט וויסנשאפטלעכן ניװאָ, דארפן די דאָזיקע אופגאבע נעמען אף זיך די געלערנטע, וועלכע געפינען זיך אויסער די גרענעצן פונעם סאָ- וועטנפארבאנד... וי מאָדנע דאָס זאָל ניט זײַן, נאָר די מײַרעװודיקע עקספּערטן וױיסן איג- דערעמעסן מער וועגן די פאקטן פונעם הײַנטיקן לעבן אינעם סאָוועטנפארבאנד. די מײַרעוו- דיקע געלערנטע זײַנען אָביעקטיווער, איידער זייערע סאָוועטישע קאָלעגן".
וי מיר וייסן שוין, פּאסן זיך צו די מײַרעװדיקע סאָװעטאָלאָגן אף א דיסציפּלינירטן אויפן צו צו די אינסטרוקטיווע אָנװײַזונגען פונעם אָפיציִעלן אָרגאן פון דער אמעריקאנער אויסערן-פּאָליטישער פּראָפּאגאנדע --- דעם זשורנאל ,פּראָבלעמען פון קאָמוניזם".
צי איז טאקע אין רוסלאנד געװען א רעװאָליוציע?
ראָנאלד הינליס בוך (וועלכן דער אװטאָר לייגט פאָר צו באטראכטן אלס צוגאָב צו זיינע פריערדיקע ווערק) באשטייט פון דריי גרויסע אָפּטײלן. דער ערשטער טייל איז געװוידמעט דער היסטאָרישער און ליטערארישער סיטואציע אינעם פאררעװאָליוציאָנערן און נאָכרעװאָ- ליוציאָנערן רוסלאנד אין א ברייטן פּלאן; אינעם צווייטן טײַטשט דער אװטאָר אויס די ראָליע און די באדײַטונג פון דער ליטעראטור אינעם געזעלשאפטלעכן און פּאָליטישן לעבן פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט; און, ענדלעך, דער דריטער טייל, -- ער איז געבויט אינגאנצן און
13
פולשטענדיק אף קאָנקרעטע בײַשפּילן פון דער ליטעראטור, אף די ליטערארישע פּראָבלעמען און אף דער שאפונג פון באזונדערע ליטעראטן. אין דעם דאָזיקן קאפּיטל װערט באשריבן די געשיכטע און די בויונג פון דער סאָוועטישער ליטעראטור, ס'איז געגעבן אן אָפּשאצונג פון די ליטערארישע ריכטונגען, טעאָריעס, גרופּעס, וועלכע זײַנען אופגעקומען און פאר- שװוּנדן געװאָרן אין גאנג פונעם אלגעמיינעם ליטערארישן פּראָצעס אין ראטנפארבאנד.
ר. הינליס צוגאנג צו דער סאָוועטישער ליטעראטור שיידט זיך, אייגנטלעך, מיט גאָר- נישט ניט אונטער פון דער טראדיציאָנעל סאָװועטאָלאָגישער: אזוי װוי זײַנע פאָרגייער, נעמט זיך הינלי צו באטראכטן די סאָוועטישע קינסטלערישע ליטעראטור קױדעמקאָל אלס א קוואל אָדער, װי ער דריקט זיך מעליצעדיק אויס, ;אלס א פענצטערל, דורך וועלכן מיר האָבן די מעגלעכקײַט צו באטראכטן, אין א ריכטיקער אָדער פארקריפּלטער שײַן -- רוסלאנד".
מע קאָן מיינען, אז אומדירעקט דערװײַזט הינלי די װאָרהאפטיקײַט פון דער סאָוועטי- שער ליטעראטור, עס זאָגט אָבער פיל דאָס רעזערווירן זיך מיקויעך ,באטראכטן רוסלאנד אף א פארקריפּלטן אויפן. אזא באװאָרעניש איז, פארשטייט זיך, ניט קיין צופעליקע, זי גיט ארויס די קאװאָנעס פונעם אװטאָר אויסצונוצן יעדיִעס, וועלכע זײַנען גענומען פון דער ליטעראטור וועגן דער סאָוועטישער װירקלעכקײַט מיט ניט קיין פּײַנע צילן צו אָפט האָט מען די סאַָװעטאָלאָגן געכאפּט בא דער האנט, צו אָפט האָט מען זיי דעמאסקירט, אז וי באקן ליגנס און רעכילעס. דעריבער טוט הינלי א קאָקעטישן דריי זיך: ,..ווי פּאראדאָקסאל דאָס זאָל ניט אויסזען, העלפט אָפט.. די פארקריפּלונג טיפער ארײיַנדרינגען אינעם טאָך פון די זאכן".
מיט אזא פּאָשעט מיטל האָט ראָנאלד הינלי זיך אליין ארויסגעגעבן אן אינדולגענציע און זיך מויכל געווען אלע זינד. אויב, שטעלט אײַך פאָר, ער פארקריפּלט אפילע דאָס בילד פונעם לעבן אין סאָװועטן-רוסלאנד און אין דער סאָוועטישער ליטעראטור, ווערט דאָס געטאָן, װײַזט זיך ארויס, צוליב דעם, קעדיי ער זאָל קאָנען ;אריינדרינגען אין טאָך פון די זאכן!"
דער ,מעטאָד פון פּאראדאָקסן", וועלכן ראָנאלד הינלי האָט דערפונדן, עפנט, בעעמעס, אומבאגרענעצטע מעגלעכקײַיטן פאר די סאָװעטאָלאָגן. ענדלעך איז פאראן א ;טעאָרעטישע" באזע פאר זייער פעסטער נייגונג צו שילדערן די רעאלע סאָוועטישע װירקלעכקײַט אף א פאלסיפיצירטן, רעכילעסדיקן, פארקריפּלטן אויפן.
דאָס אלץ װערט געטאָן, לאָזט זיך אויס, קעדיי ;אמטיפסטן ארײַנדרינגען אין טאָך'! פײַן, פײַן, מיסטער הינלי! אזא מין ,מעטאָד* װעט אָן שום סאָפעק וירקן אף העכערן די ארבעטס-פּראָדוקטיװוקײַט פון די סאָװעטאָלאָגן, און מע קאָן זיך ריכטן, אז דערפון װעט באדייטנדיק זיך פארגרעסערן דער פארנעם פון די ליגנס און שקאָרים וועגן דער סאָוועטי- שער געזעלשאפט און וועגן דער סאָוועטישער ליטעראטור.
די װירקעװודיקײַיט פון זײַן מעטאָד דעמאָנסטרירט ראָנאלד הינלי שוין פון די ערשטע זײַטז פון זײַן היפּשן בוך. מע מעג זאָגן, אז ביז הינלין האָט קיינער פון די סאַָװעטאָלאָגן ניט ריזיקירט אָפּצולײיקענען דעם פאקט, אז אין 1917 האָט רוסלאנד איבערגעלעבט צוי רעװאָליוציעס: די פעווראל-רעװאָליוציע, וועלכע האָט געבראכט צו דער מאכט אין רוסלאנד די בורזשואזיע, און די סאָציאליסטישע אָקטיאבער-רעװאָליוציע, אין רעזולטאט פון וועלכער די מאכט אין לאנד איז אריבער אין די הענט פון די ארבעטער און פּױערים, אין די הענט פונעם פאָלק. הינלי אָבער באהויפּטעט, אז אין 1917 איז אין רוסלאנד ניט פאָרגעקומען קיין שום רעװאָליוציע --- ניט אין פעווראל (װוײַל דער צארישער רעזשים, זאָגט הינלי, האָט גע- קראכט אליין פון זיך), ניט אין אָקטיאבער (װײַל אין לאנד, וי הינלי זאָגט, איז ניט געווען, װער עס זאָל זיך קעגנשטעלן די באָלשעוויקעס, און זיי, די באָלשעװיקעס, האָבן פּאָשעט ;ארײַנבאקומען* די היימלאָזע מאכט אין זייערע הענט).
און קעדיי שטארקער א ביס טאָן אָט די דאָזיקע באָלשעװיקעס, האלט הינלי פאר גאנץ נאָרמאל צו לאָזן ווידעראמאָל אין גאנג די קאָמפּראָמעטירטע ווערסיע, אז דאָס קקייזער- דײַטשלאנד האָט געהיים געגעבו פינאנציעלע הילף* די רוסישע רעװאָליוציאָנערן.
ליידער, טרויערט הינלי, עקזיסטירט נאָך ביז איצט אין סאָװעטן-רוסלאנד א פעסטע און שטאנדהאפטיקע באציונג צו דער רעװאָליוציע פון אָקטיאבער 1917, װי צו א ;נאָבעלן און װירדיקן אופטו, וועלכער איז ווערט געלויבט צו ווערן". און דאָס איז דערפאר, פארזיכערט הינלי, װײַל ס'האָט זיך אײַנגעגעבן די באָלשעװיקעס אײַנצושמועסן אלעמען און יעדן איי- נעם, אז דעם מינדסטן פּרוּוו אראָפּצוווארפן די סאָוועטנמאכט דארף מען באטראכטן וױ קאָנטררעװאָליוציע. אונטער דער ווירקונג פון די דאָזיקע אײַנרײדענישן זײַנען ארונטערגע- פאלן, זעט איר, אויך די שרײַבער. הינלי באמערקט: א... די אבסטראקטע קאָנצעפּציע פון דער רעװאָליוציע האָט מאמעש היפּנאָטיזירט די רוסישע שרייבער"
14 ן
אורטיילנדיק לוט דער דאָזיקער ,לאָגיק", װאָלט זיך ראָנאלד הינלין זייער װעלן אז די סאָוועטישע שרײַבער זאָלן זיך אנטוישן אין די אידעאלן פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע און ענדערן זייער באציונג צו דער סאָוועטנמאכט.
לוט הינליס מיינונג, האָט נאָך די געשעענישן אין רוסלאנד אין אָקטיאבער 1917 (ער האלט זיי דאָך ניט פאר קיין רעװאָליוציע!) פּלוצעם אױסגעבראָכן, אָן קיין שום סיבעס, ,א בירגערקריג צווישן די רויטע (באָלשעוויקעס) און װײַסע (אנטיבאָלשעוויקעס)". נו, און ווי- באלד אזוי, זאָגט דער סאָװעטאָלאָג, האָבן די האנדלונגען פון די װײַסע פאָרגעשטעלט מיט זיך ;שלעכט קאָאָרדינירטע, אָפּגעזונדערטע פּרוּוון פון לענינס אָפּאָנענטן (!) צו אראָפּווארפן זײַן רעגירונג, און מע דארף אין טאָך די דאָזיקע אקציעס רופן מיטן נאָמען רעװאָליוציאָנע- רער קאמף".
מיר האָבן פאר זיך, אלזאָ, הינליס א ,פאראדאָקס" מיט דער גאנצער נאקעטקײַט: דעם אופשטאנד פון די ארבעטער- און פּוערים-מאסן פון רוסלאנד אונטער דער אָנפירונג פון דער לענינישער פּארטיי באָלשעװיקעס, וועלכע האָט געבראכט צום אראָפּווארפן די מאכט פון די פּריצים און קאפּיטאליסטן און צום אײַנשטעלן אין לאנד די מאכט פונעם ארבעטס-פאָלק, די מאכט פון די סאָוועטן, וועהט פאָרגעלייגט ניט האלטן פאר א רעװאָליוציע, אָבער דעם באװאָפּנטן קאמף פון די אראָפּגעשלײַדערטע קלאסן אונטערדריקער און זייערע לוין-קנעכט פאר אומקערן זייערע פּריװױלעגיעס און די מאכט לייגט מען פאָר צו אָנרופן מיטן נאָמען ;רעװאָליוציִאָנערער קאמף!!
הינליס כקירעס וועגן די סיבעס, פארװאָס די באָלשעװיקעס האָבן געזיגט אינעם ביר- גערקריג אין רוסלאנד, זײַנען, יעדנפאלס, ניט קיין פרישע. הינלי שרײַבט: ,דעם זיג פון די באָלשעװיקעס איז צו דערקלערן מיט א ריי סיבעס. זייערע אָפּעראציעס זײַנען געוען בעסער קאָאָרדינירט מאכמעס דעם, װײַל זיי האָבן פארנומען סטראטעגישע פּאָזיציעס אין צענטער: זייער פּאָליטישע פּראָגראם האָט געקלונגען פּאָזיטיוו אין פארגלײַך מיט דער פּראָג- ראם פון די װײַסע, וועלכע עס האָט פארייניקט בלויז דער האס צום באָלשעוויזם; די פּױערים האָבן מוירע געהאט, אז דער זיג פון די װײַסע װעט ברענגען צו דער העסטאווראציע פון די פּריצים; ענדלעך איז דער האס צו די װײַסע ארויסגערופן געװאָרן דורך דער ברייטער און ניט עפעקטיווער אויסלענדישער קריגס-אינטערווענץ אף דער זײַט פון די װײַסע, אן אינ- טערווענץ, אין וועלכער עס האָט זיך באטייליקט דאָס מיליטער פון ענגלאנד, פראנקרײַך, יאפּאָניע, פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע און אנדערע לענדער".
אומזיסט פּארשװײַגט ר. הינלי וועגן די אורקוואלן פון אזעלכע אויספירן און מאכט דעם אָנשטעל. אז זי זײַנען א רעזולטאט פון זײַנע אייגענע כקירעס. אינדערעמעסן האָט הינלי בלויז געוויסנהאפטיק איבערגעגעבן די פאָרמולעס, וועלכע זײַנען געלאָזט געװאָרן אין גאנג נאָך לאנג ביז אים און וועלכע האָבן א שײַכעס צו די אָפּשאצונגען פון דער אָקטיאבער- רעװאָליוציע פון 1917 אין רוסלאנד און צום דערקלערן די סיבעס, פארװאָס די באָלשעװי- קעס האָבן געזיגט אינעם בירגערקריג. אויב שוין זײַן גאָר פּינקטלעך, האָט וועגן די ,בעסערע סטראטעגישע פּאָזיציעס" פון די באָלשעװיקעס געשריבן, צום בײַשפּי?, נאָך אין 1956 דער אמעריקאנער סאָװעטאָלאָג וויליאם הארקינס; און וועגן דעם, אז די פּאָליטישע פּראָגראם פון די באָלשעװיקעס האָט קגעקלונגען פּאָזיטיווער", האָט ר. הינלי, אָן שום סאָפעק, אויסגעלייענט בא זײַנע קאָלעגן פון יענער זײַט אָקעאן -- בא דזשיימס בילינגטאָנען אין זײַן בוך ,אן איקאָנע און א האק" (1967) און בא דעוויד מארקהעם אינעם בוך .שטימען פון רויטע גיגאנטן" (1967).
ניין, עס גלאנצט ניט מיט פרישקײַט ר. הינליס געדאנק. דער אװטאָר פונעם בוך ערו" סישע שרײַבער און די סאָוועטישע געזעלשאפט. 1917--1978* כאזערט בלויז איבער װי א שילער און דערציילט דאָס, װאָס עס זאָגן זײַנע אמעריקאנער לערער, וועלכע פירן מיט א הארטער האנט אין איין ריכטונג --- אין אן אנטיקאָמוניסטישער ריכטונג --- העם שטראָם פון די סאָװועטאָלאָגישע ,פאָרשונגען".
אָט די רעטענישפולע רוסישע נעשאָמע
ר. הינלי האָט פון זײַן פאָריקן בוך ,דער רוסישער כאראקטער" (1977) אינגאנצן ארי- בערגעטראָגן דעם פּרימיטיוון און באנאלן טעזיס וועגן דעם, אז עס איז אומעגלעך פאָרױסזאָגן די גענײיגטקײַט צו אונטערטעניקײַט, צו ניט-שטאנדהאפטיקײַט, צו עפּעס א מין פאָרם פון ;קנעכטישקייַט*. כ'לעבן, פון אזעלכע מישטיינסגעזאָגט אנטדעקונגען שמעקט מיטן גײַסט פונעם מארקיז ד. קיסטין, ווצמענס בוך ארוסלאנד אין יאָר 1839* האָט זיך פּלוצעם ווידער
15
באוויזן --- אין קימאט אָנדערהאלבן הונדערט יאָר ארום! -- איבערגעדרוקט אין די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע. אייניקע באליידיקנדיקע כקירעס פון ר. הינלי וועגן דעם רוסישן פאָלק זעען אויס, וי ער װאָלט זיי בעעמעס אנטליען באם מארקיז...
פול מיט באנאלע רעכילעס און אָפענע שקאָרים זײַנען די רייד פונעם סאָװועטאָלאָג וועגן דער אויסערן-פּאָליטיק פונעם סאָוועטנפארבאנד נאָכן זיג אין דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע. אין גײַסט פון די פּראָפּאגאנדיסטישע איינשטעלונגען פון די אידעאָלאָגן פונעם אנטיקאָמוניזם אין יענע יאָרן טראקטירט דער סאָװועטאָלאָג די פראגע וועגן דעם אופקום פון די פאָלקס-דעמאָקראטישע מעלוכעס אין מיזרעך-אײראָפּע.
די אינטערנאציאָנאלע באוועגונג פון די קעמפער פאר שאָלעם פארעכנט ר. הינלי אפן כעזשבן פון די ,כיטרע אינטריגעס" פון דער סאָוועטן-מעלוכע, וועלכע האָט, זעט איר, ניט צופעליק אריינגעפירט אין דער דאָזיקער באוועגונג די סאָוועטישע שרײַבער. דער סאָװעטאָ- לאָג האלט, אז דאָס איז געטאָן געװאָרן צוליב דעם, קעדיי אקטיווער ווירקן אף די לײַכט- גלויביקע אויסלענדער אינעם גײַסט, װאָס איז נייטיק דער סאָוועטן-רעגירונג, און איבערצײיגן זיי, אז די אינטערעסן פון דער באוועגונג פון די קעמפער פאר שאָלעם און די צילן פון דער סאָוועטישער אױסערן-פּאָליטיק פאלן צונויף.
נאָך מער, הינלי פאלט אָן מיס צאָרנדיקע פיליפּיקעס, לעמאָשל, אפן באװוּסטן סאָוועטישן שרײַיבער איליא ערענבורג פאר דער אקטיווער ראָליע, װאָס ער האָט געשפּילט אין דער באוועגונג פון די שאָלעם-אָנהענגער און פאר שטיצן די פרידלעכע אױיסערך-פּאָליטיק פון דער סאָוועטישער רעגירונג. אײנצײַטיק כאַפּט ארײַן א פּאָרציִע זידלערײַ אויך דער סאָוועטישער דיכטער יעווגעני יעווטושענקאָ דערפאר, װאָס מיט זײַנע ארויסטרעטונגען פאר דער אויס- לענדישער אאודיטאָריע קשאפט ער אין די מויכעס פון אויסלענדישע צוהערער א פאלשע מיינונג? וועגן דעם סאָוועטישן לעבנסשטייגער און באזונדערס וועגן דער אנטוויקלונג פון דער סאָציאליסטישער דעמאָקראטיע. אָס מיט װאָס עס איז, װי איר זעט, ניט צופרידן דער הער הינלי.
ר. הינלי האלט זיך, אפּאָנעם. בעעמעס פאר א מין קלאסן-דאמע, װאָס מעג ניט בלױין שטעלן אָפּשאצונגען וועגן דער אופירונג פון די סאָוועטישע שרײַבער, נאָר אויך אָפּהיטן די מויכעס פון די אויסלענדישע צוהערער, ניט דערלאָזן, אז עס זאָלן אף זיי ווירקן די װאָר- האפטע דערציילונגען פון די סאָוועטישע שרײַבער וועגן דעם סאָציָאליזם און ועגן סאָוועטישן לעבנס-אויפן. עס כאפּט דעם אָנבליק, אז ר. הינלי און די איבעריקע אקטיויסטן אין דער סאָװועטאָלאָגיע ווילן פארטויבן די מויכעס פון די קאויסלענדישע צוהערער", ניט דערלאָזן צו זיי די ווירקונגען פון די אידייען פונעם סאָציִאליזם, קעדיי זיי זאָלן לײַכטער באהערשן די אנטיקאָמוניסטישע פּראָפּאגאנדע פון די סאָװועטאָלאָגן.
הינליס ארוױיסזאָגונגען וועגן דער מארקסיסטיש-לענינישער טעאָריע אָדער װעגן דעם טאָך פון דער דיקטאטור פונעם פּראָלעטאריאט טראָגן אן אױסגעשפּראָכן-פּראָפּאגאנדיסטישן כאראקטער אינעם סטאנדארטן אנטיקאָמוניסטישן גײַסט: אלע האנאָכעס פון דער מארקסיס- טיש-לענינישער טעאָריע און פון דער אידעאָלאָגיע פונעם קאָמוניזם ווערן בעקיוון דער- לאנגט אין א. קאריקאטור-פאָרם, דערפירט ביז אן אבסורד, און דער לייענער ווערט איינגע- לאדן צו איראָניזירן צוזאמען מיטן אווטאָר איבער א פילאָסאָפּישער לערע, וועלכע האָט איבערגעקערט די וועלט און געעפנט פאר דער מענטשהײַט די ערע פונעם סאָציאליזם.
באזונדערס קאָמיש זיינען די אָנפאלן פונעם סאָװועטאָלאָג אף וו. אי. לענינען. מיט דער גאדלעס פון א האָן ווארפט זיך דער נײַדגעבאקענער ,ספּעציאליסט" אין די פראגן פון מארק- סיזם אף דעם פירער פון דער ערשטער אין דער וועלט זיגרײַכער סאָציאליסטישער רעואָ- ליוציע, באשולדיקנדיק אים, אז ער איז, ניט מער און ניט וייניקער, וי אָפּגעטראָטן פון די קאנאָנען פון דער מארקסיסטישער טעאָריע. הינלי ווייסט, אז ,מארקס האָט געגלייבט" אָט אין װאָס: א דערפאָלגרײַכע פּראָלעטארישע רעװאָליוציע קאָן פאָרקומען בלויז אין אן אינדוס- טרייעל אנטוויקלט לאנד פון דער וועלט און בלויז דעמלט, ווען זי װעט אונטערגעהאלטן ווערן דורך רעװאָליוציעס פון די אנדערע אינדוסטריעל-אנטוויקלטע לענדער. רוסלאנד אָבער, דערקלערט אין א מוסער-טאָן דער סאָװעטאָלאָג, איז אין יענער צײַט ניט געווען קיין אינ- דוסטריעל-אנטוויקלט לאנד, הייסט עס. אז דער כאווער לענין און זײַנע מיטקעמפער, די באָלשעוויקעס, האָבן ניט געהאט קיין רעכט צו מאכן אין רוסלאנד א רעװאָליוציע,
פארשטייט זיך, אזא מעסירעסנעפעשדיקער קאמף פונעם סאָװעטאָלאָג פאר דער רײנקײַט פון דער קמארקסיסטישער טעאָריע" איז, אמוייניקסטנס, קאָמיש. ואָס זאָל ער אָבער טאָן אוב ;עס זײַנען ניטאָ קיין אנדעהע וויפל-ניט-איז איבערצײַגנדיקע ארגומענטן אין קאמף
1--6 16
קעגן דער מארקסיסטיש-לענינישער אידעאָלאָגיע? אין אזא פאל זײַנען די אנטיקאָמוניסטן פעיִק ארויסצוטרעטן אויך אין דער ראָליע פון , שאָמרים פון דער רײנקײַט פונעם מארקסיזם".
די זאך באשטייט אָבער אין דעם, װאָס דער מארקסיזם איז קיינמאָל ניט געווען קיין דאָגמע, קיין פארגליווערטע לערע. סײַ מארקס, סײי לענין האָבן געלערנט, אז צו טעאָריעס דארף מען צוגיין ניט דאָגמאטיש, נאָר שעפעריש. א רעװאָליוציע מאכן ניט קיין דאָגמאטיקער, נאָר רעװאָליוציַאָנערן אין עמעסן זין פון װאָרט, דאָס הייסט מענטשן, וועלכע זײַנען פּעיִק אָנצוּװוענדן שעפעריש די האנאָכעס פון דער טעאָריע צו די רעאלע סיטואציעס און אומ- שטענדן פונעם לעבן.
צו דער פראגע װעגן עמאנסיפּאציע
ניט װייניק פּאראדאָקסן טרעפן זיך אויך אין דער אינפאָרמאציע, וועלכע הינלי גיט בענעגייע די פארשיידנארטיקע לעבנס-אספּעקטן פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט, אָנגעהויבן פון דער געאָגראפיע פונעם לאנד און דערגייענדיק ביזן באשטאנד פון דער באפעלקערונג און דעם פּריוואטן לעבן פון די סאָוועטישע בירגער. הינלי, לעמאָשל, האָט מיט זעלבסטזי- כערקײַט אָפּגענומען בא איינעם א פאָלק פון די סאָוועטישע סאָציאליסטישע רעפּובליקן זײַן מוטערשפּראך, פארבײַטנדיק זי ווילקירלעך מיט דער שפּראך פון א שכיינעסדיק לאנד. אזעל- כע פּאָליטישע פּראָװאָקאציעס זײַנען אין הינליס בוך פאראן ניט וייניק.
דער סאָװעטאָלאָג מאָלט דאָס לעבן פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט דעריקער אין נעגאטיוון פּלאן. װען דער אװטאָר איז געצװוּנגען אָנצוקומען אויך צו פּאָזיטיװוער אינפאָר- מאציע וועגן די דערגרייכונגען פון דער סאָציאליסטישער מעלוכע, גיט ער נאָך אזא אינפאָר- מאציע אומבאדינגט א קאָמענטאר, וועלכער דארף, אויב ניט דעזאװוירן, איז, יעדנפאלס, כאָטשבי פארקלענערן די באדײַטונג פון אָט דעם פאקט פון דער סאָוועטישער װירקלעכקײַט.
עס איז געגעבן געװאָרן, לאָמיר זאָגן, אן אינפאָרמאציע וועגן דעם לופט-טראנספּאָרט אין סאָוועטנפארבאנד. ס'ווערט מיטגעטיילט, אז דער דאָזיקער טראנספּאָרט איז א ביליקער. באלד אפן אָרט גיט דער אװטאָר א קליינינקע ,דערקלערונג": ...דער טראנספּאָרט האָט אָבער אויסצושטיין באזונדערס אָפּטע און ניט פאָרויסגעזעענע ענדערונגען אינעם גראפיק", דער גראפיק פון די רעיסן פונעם אעראָפּלאָט איז, װי באװוּסט, א סטאבילער. ניט פאָרויסגץ- זעענע ענדערונגען קאָנען פאָרקומען אין קאָנקרעטע רעיסן צוליב מעטעאָראָלאָגישע באדינ- גונגען. אזוינס קומט פאָר אומעטום --- אפילע אין די אעראָפּאָרטן פון הינליס היימלאנד גרויס- בריטאניע, ניט עמעס?
אָדער, אשטייגער, די אינפאָרמאציע וועגן דער לאגע פון די פרױיען אין סאָוועטנפאר- באנד. דער אװטאָר קאָ פארשטייט זיך, ניט פארשװײַגן דעם פאקט, אז די ,עמאנסיפּאציע פון די פרויען איז, װי מע זאָגט (!), איינע פון די הױיפּט-דערגרייכונגען פונעם הײַנטצײַטיקן רוסלאנד... האָבנדיק גלײַכע רעכט מיט די מאנצבלען לױטן געזעץ, באקומענדיק א גלײַכן ארבעטסלוין, שפּילן די פרויען אין סאָוועטנפארבאנד א גרעסערע ראָליע אין דער עקאָנאָמיק, איידער אין א וועלכן-עס-איז אנדער אנטוויקלט לאנד פון דער וועלט".
צי האָט ראָנאלד הינלי אָביעקטיוו איבערגעגעבן דעם פאקט? יאָ, אב מע זאָל ניט לייגן קיין אכט אף די ווערטער ;וי מע זאָגט". װער! דאָס איז אומבאװוּסט. קלאָר איז אָבער איינס: מיט די ווערטער ,וי מע זאָגט" האָט דער אװטאָר װי באזײַטיקט זיך פון דער אין- פאָרמאציע און ארײַנגעטראָגן זײַנע צווייפלען אין איר װאָרהאפטיקײַט.
הינלי גייט אָבער װײַטער. ער מאכט א פילזאָגנדיקן היסטאָרישן עקסקורס: די באָלשע- וויקעס האָבן אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעװאָליוציע, זעט איר, ,געװאָלט מאכן א סאָף צו דער מישפּאָכע אלס אן אינסטיטוט", קעדיי אָבער לײַכטער דערגרייכן דעם דאָזיקן כיטרען ציל זייערן, האָבן די באָלשעװיקעס דערלויבט מאכן אבאָרטן און ניט אומבאדינגט רעגיסטרירן די כאסענעס. הינלי איליוסטרירט די דאָזיקע ;שעדלעכע פּאָליטיק פון די באָלשעװיקעס" מיט אייניקע קינסטלערישע װערק פון דער סאָוועטישער ליטעראטור פון יענע יאָרן. ער ברענגט אלס בײַשפּיל די גרעסערע דערציילונג פון קאָלאָנטײַ ,א ליבע פון דרײַ דוירעס" (1923, מאלאשקינס ראָמאן ;די לעװאָנע פון רעכטס" (1926), באָגדאנאָווס ראָמאן ,דאָס ערשטע מיידל" (1928). און אויך בא שאָלאָכאָוון, אין זײַן ;שטילער דאָן", װערט געשענקט א סאך אופמערקזאמקײַט די שטורמישע ליבע-באציונגען פון גריגאָרי און אקסיניע, וועלכע זײַנען ניט מאן און װײַב,
17
די אלע אָנגערופענע װערק האָבן אין דער סאָוועטישער ליטעראטור פון די 20-ער יאָרן בעעמעס , געהאט אן אָרט*. עס איז אָבער ביכלאל ניט קיין מוז צו וויסן די געשיכטע פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט און פון דער סאָוועטישער מעלוכע, קעדיי צו פארעכענען אפן כעזשבן פון די באָלשעויקעס די שטרעבונג צו ,מאכן א סאָף צו דער פאמיליע אלס אן אינסטיטוט". עס איז פּאָשעט א כידעש, ויאזוי האָט זיך דאָס הינלי איינגעהאלטן פונעם יעיצערהאָרע צו ברענגען דעם ,קלאסישן" בײישפּיל פון דער געשיכטע פון דער אנטיסאָווע- טישער פּראָפּאגאנדע וועגן דעם אוויגערופענעם פארגעזעלשאפטלעכן די פרויען אין דער יונגער סאָוועטן-מעלוכע, וועגן דער טרויעריק בארימטער ,אלגעמיינער קאָלדרע"..
נאָכן זיג פון דער סאָציאליסטישער אָקטיאבער-רעװאָליוציע אין רוסלאנד האָט זיך איי- ניקע יונגע היצקעפּ געדוכט, אז מע דארף בוכשטעבלעך אלע באציונגען אין דער געזעלשאפט (אײַנגעשלאָסן די פאמיליען-באציונגען) ראדיקאל איבערבויען. עמעצןן, קאָן זײַן. האָט זיך בעעמעס געדוכט, אז ס'איז אָנגעקומען א קראך פון דער פאמיליע. אזעלכע שטימונגען האָבן געפונען אן אָפּשפּיגלונג אין אייניקע ווערק פון דער יונגער סאָוועטישער ליטעראטור. מע טאָר אָבער ניט פּלאָנטערן שטימונגען אין דער געזעלשאפט מיט דער פּאָליטיק פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד, מיט דער פּאָליטיק פון דער סאָוועטן-מעלוכע. עס זײַנען טיף ניט עמעס הינליס פּרוון צו פארעכענען אפן כעזשבן פון די באָלשעװיקעס די שטרעבונג צו ,/מאכן א סאָף צו דער פאמיליע".
װאָס װוײסט ר. הינלי װעגן דער סאָװעטישער ליטעראטור?
א באזונדער אָרט אין הינליס בוך פארנעמען זײַנע מיינונגען װעגן דער סאָוועטישער ליטעראטור. אגעוו, עס איז װײַט ניט ריכטיק צו זאָגן, אז דאָס, וועגן װאָס עס װערט גע- רעדט אינעם בוך, זײַנען ראָנאלד הינליס מיינונגען. דאָס איז גיכער פאר אלץ אן אקוראטע איבערדערציילונג פון א שילער און אפילע אָפט אן אָפענע ציטאט (ניט פארופנדיק זיך, פארשטייט זיך, אף די קװעלן) פון די קאָנצעפּציעס און אָנשױוּנגען פון די אמעריקאנער סאָװועטאָלאָגן. דער שטרענגער רעגלאמענט פון די אנטיקאָמוניסטישע פאָדערונגען אין פּראט פון אָפּשאצן די סאָוועטישע ליטעראטור דולדעט ניט קיין אייגענע מיינונגען, װער רעדט נאָך פארשיידענע שטאנדפּונקטן. די סטאנדארטקײַט פון די אנטיקאָמוניסטישע פּאָסטולאטן ניווע- לירט די װעלט-אָנשױוּנג פון די סאָװעטאָלאָגן, מאכט אזוי, אז זייערע מיינונגען שיידן זיך ניט אונטער איינע פון דער אנדערער, צווינגט קעסיידער באנוצן זיך מיט פאלסיפיקאציעס, אָפענע רעכילעס און שקאָרים,
נאָך די ארויסטרעטונגען פון די אמעריקאנער סאָװעטאָלאָגן ג. סטרוּווע און מ. סלאָנים כאזערט הינלי געהאָרכזאם איבער די אָפּגעריבענע שטאמפּן וועגן די אנטוויקלונגס-עטאפּן פון דער רוסישער ביזרעװאָליוציָאָנערער ליטעראטור און פון דער סאָוועטישער ליטעראטור, וועגן די וויכטיקסטע דערשייַנונגען, וועלכע זיַינען כאראקטעריסטיש פאר יעדער באשטימטער צייט. הינלי רעדט אויך וועגן עפּעס א ספּעציפישן ,אופבלי* פון דער רוסישער ליטעראטור, האָבן- דיק אין זינען די יאָרן אין אָנהײב פונעם יאָרהונדערט, ווען אין א באשטימטן פּעריִאָד האָט אין דער ליטעראטור באקומען די אויבערהאנט די ריכטונג פון סימבאָליזם. איבערכאזערנדיק קימאט בוכשטעבלעך מאקס איסטמענען און באָריס גועריען, שרײַבט ראָנאלד הינלי, אז די דאָזיקע שטרעבונג איז ,א טייל פון דער אײראָפּעישער באוועגונג פון די סימבאָליקער", האגאם די רוסישע סימבאָליקער האָבן זיך געהאלטן, וי באװוסט, בא פארשיידענע קװעלן. עס זײַנען געווען אויך עפּיגאָנען פונעם מיירעוו-דעקאדאנס. געווען זײַנען אָבער אויך קעמ- פערישע קעגנער פונעם מײַרעװו. איבערכאזערנדיק די אמעריקאנער סאַװעטאָלאָגיע, סטארעט זיך ר. הינלי צוצוגעבן א באדייטונג גראָד די פיגורן, וועלכע האָבן ניט געשפּילט קיין וויכ- טיקע ראָליע אין דער געשיכטע פון דער רוסישער ליטעראטור און וועמענס שאפונג עס האָט ניט איבערגעלאָזט אין איר קיין וויפליניט-איז באמערקבארן שפּור, דערפאר איז אָבער גוט באװוּסט זייער צעיושעטע סינע צו דער רעװאָליוציע, צום סאָציאליזם, צו דער סאָוועטנמאכט.
ר. הינליס אינטערפּרעטאציע פון דער ליטערארישער באוועגונג אין סאָוועטן-רוסלאנד פון די 20-ער יאָרן שיידט זיך מיט גאָרנישט ניט אונטער פון דער אינטערפּרעטאציע פון די אמעריקאנער סאָװועטאָלאָגן. ;דער פּעריִאָד ביז די 20-ער יאָרן איז געווען א פּעריאָד פון לעפיערעכדיקער פרײַהײַט פאר די שרײַבער. זיי זײַנען געווען פרײַ צו שרייבן וועגן דעם,
18
װאָס זיי האָט זיך געװאָלט, און מיט דעם סטיל, וועגן וועלכן זיי האָבן געהאלטן פאר בעסער. דעם יאָרצענדליק פון די 20-ער יאָרן האלט מען געוויינלעך פאר דער ,גאָלדענער טקופע"--- אזוי שרייבט ר. הינלי. ריכטיקער, ער שרײַבט אראָפּ. ער שרײַבט אראָפּ אָן שום געוויסנביסן פון מ. איסטמענס ;קינסטלער אין א מונדיר" און װײַטער -- פון ג. באָרלאנדס , די סאָוועטישע ליטערארישע טעאָריע און פּראקטיק אין די יאָרן פונעם ערשטן פינפיאָר 1928---1932* (1950), פון ע. בראונס ;דער פּראָלעטארישער עפּיזאָד אין דער סאָוועטישער ליטעראטור פון די יאָרן 18--1932* (1954) אָדער, ענדלעך, פונעם שוין דערמאָנטן ד. בילינגטאָנס בוך ,אן איקאַנע און א האק" (1967),
פּונקט וי זײַנע אמעריקאנער קאָלעגן-אנטיקאָמוניסטן, האלט אויך ר. הינלי, אז אין די יאָרן נאָך דער רעװאָליוציע האָבן ,...די באָלשעװיקעס ניט געהאט קיין שום אָפִיציֶעל אָנגע- נומענע ליטערארישע טעאָריע", װײַל ניט מארקס, ניט לענין האָבן, זעט איר, ניט געהאט קיין קלאָרע פּאָזיציעס אין דעם פּראט. דערצו נאָך זײַנען די באָלשעװיקעס געווען צו שטארק פארנומען מיט ,דרינגענדיקע ניט-ליטערארישע פּראָבלעמען, אז זיי זאָלן זיך נאָך פארטומלען דעם קאָפּ מיט קינסטלערישער ליטעראטור".
אזעלכע איבעראשנדיקע צונויפאלן פון הינליס כקירעס מיט די כקירעס פון די אמערי- קאנער סאָװועטאָלאָגן ריידן קױידעמקאָל וועגן דעם, אז ר. הינלי האָט, אפּאָנעם,. שטודירט ניט גופע די סאָוועטישע ליטעראטור, נאָר דאָס, װאָס עס האָבן געשריבן וועגן איר זײַנע אמע- ריקאנער קאָלעגן, געשריבן ביז גאָר טענדענציעז. פול מיט פאלסיפיקאציעס און אָפענעם האס צו דער סאָוועטישער ליטעראטור, צום סאָוועטישן פאָלק.
ר. הינליס אייגענע ארױסזאָגונגען וועגן באזונדערע סאָוועטישע פּאָעטן טיילן זיך אויס מיט פרעכע אָפּשאצונגען און מיט דער אָפּװעזנהײַט פון עלעמענטארן טאקט. הינטער דער גײַװוע פונעם אװטאָר זעט זיך אָבער קלאָר זײַן אומפּעיקײַט צו געבן א אָביעקטיווע אָפּשא- צונג װועגן דער עמעסער באדײַטונג און וועגן דעם אָרט פון דער שאפונג פון דעם אָדער אנדערן סאָוועטישן דיכטער. לוט ר. הינלי, לעמאָשל, איז װו. מאיאקאָווסקי, וועלכער איז צװוישן די שרײַבער געשטאנען אמנאָענטסטן צו דער רעװאָליוציע, ...ארײַן אין דער גע- שיכטע פון דער סאָוועטישער ליטעראטור אלס איר קלאסיקער ניט דערפאר, װײַל ער האָט פארמאָגט אן אויסערגעוויינלעכן פּאָעטישן טאלאנט און זײַן שאפונג איז אנערקענט און באליבט געווען אין פאָלק". דאָס איז פאָרגעקומען,. באהויפּטעט דער סאָװעטאָלאָג, ,לוט א באפעל". ער דערקלערט, אז אינמיטן די 20-ער יאָרן האָט, קלוימערשט, סטאלין באשטימט אים ;נאָכן טויט אלס זינגער פון דער סאָוועטישער אָרדענונג". אָבער ביזן באפעל איז, הייסט עס, מאיאקאָווסקי ניט געווען קיין ,זינגער פון דער סאָוועטישער אָרדענונג"? יאָ, עס בא- קומט זיך, אז מע האָט אים אפילע פאר קיין פּאָעט ניט געהאלטן... דער רעכילעסדיקער און בייזער כאראקטער פון אָט דעם ארויסטריט הינליס קעגן דעם ריז פון דער װעלט-פּאָעזיע, קעגן דעם זינגער פון דער ערשטער אין דער ועלט זיגרײַכער רעװאָליוציע פון די און- טערדריקטע, קעגן וולאדימיר מאיאקאָווסקין איז אבסאָליוס קלאָר און נייטיקט זיך ניט אין קיין שום באווייזן.
סערגיי יעסענין װוערט בא הינלין געמאָלט אלס ,גרויסער שיקער, נױעף און כוליגאן װאָס מאכט זיך אליין א רעקלאמע".. אלעקסאנדער טווארדאָווסקי, זאָגט דער סאָװעטאָלאָג, איז געווען אן ;אָפיציִעל אנערקענטער אװטאָר פון לידער", וועלכע עס האָט אָנגענומען ;בלויז דער ניט-אינטעליגענטער לייענער"..
דערפאר אָבער פּרוּוװוט הינלי אָנבינדן די לייענער אלס קלוימערשט ,ברייט אנערקענטן" אין סאָוועטנפארבאנד עפּעס איינעם א בראָדסקין,. האגאם עס איז א גרויסער סאָפעק, צי די לידער פון אָט דעם פארפאסער, ועמען ער רעקלאמירט, האָבן זיך געדרוקט אין סאָ- וועטנפארבאנד, ווייל ער האָט פארלאָזט די גרענעצן פון אונדזער לאנד נאָך אין 1972.
הינליס כקירעס וועגן דעם ליטערארישן לעבן אין סאָוועטנפארבאנד זײַנען זייער גע- פּלאָנטערט און װידערשפּרעכיק. פון איין זײַט באהויפּטעט ער, אין העסקעם מיט די אײיַן- געשטעלטע קאנאָנען פון דער אנטיקאָמוניסטישער פּראָפּאגאנדע,. אז עס זײַנען פאראן גע- וויסע שטרענגע פּאָליטישע באגרענעצונגעך, וועלכע האמעווען די קינסטלערישע פאנטאזיע פון די סאָוועטישע שרײיבער; פון דער צווייטער זײַט,. אנערקענט ער, אז עס זײַנען פאראן הויכקינסטלערישע טאלאנטפולע װערק אין דער סאָוועטישער ליטעראטור.
הינליס ארױיסזאָגונגען וועגן דעם שרײַבער-פארבאנד פון פססר זײַנען אָנגעזאפּט מיט אָפענעם האס און צערייצטקײַט. ער שרײַבט, אז נאָכן פּלוצעמדיקן און אומגעריכטן ליקווי- דירן דעם קראפּפּ" אין 1922 (די פראזע איז אראָפּגעשריבן געװאָרן פון מ. איסטמענס ;קינסטלער אין א מונדיר", עס זײַנען בלויז דורכגעלאָזט די ווערטער וועגן אסארגאדאָנס
19
האק".---א. ב) איז אין סאָוועטנפארבאנד געשאפן געװאָרן אן אײינהײַטלעכער שרײַבער- פארבאנד --- לויט הינליס טיפער איבערצייגונג, קלוימערשט ..אין דער העכסטער מאָס א ביוראָקראטישע, קימאט מיליטאריזירטע אָרגאניזאציע" (!). פון הינליס װערטער קאָן דער מיירעוו-לייענער מאכן דעם אויספיר, אז די מיטגלידער פונעם שרײַבער-פארבאנד צווינגט מען שיר ניט צו ,גאָלן די בערד" און טראָגן בלױז ,שטרענג שווארצע אָנצוגן מיט א שניפּס"!
הינלי שרעקט דעם אוילעם מיט די ,שוידערן" (וועלכע עקזיסטירן בלויז אין זײַן קראנ- קער פאנטאזיע) וועגן אייניקע , פאָרשריפטן" פונעם סאָציַאליסטישן רעאליזם, וועלכע צוינ- גען קלוימערשט אלע סאָוועטישע שרייבער צו שאפן מיט אן ,אלציינעם סטיל און מיט א בלאסער שפּראך",
דער סאָװעטאָלאָג באהױפּטעט, אז, אָפּהיטנדיק די ,פאָדערונגען" פונעם מעטאָד פון סאָציאליסטישן רעאליזם, האָט מען ,פארפליכטעט" די סאָוועטישע שרײַבער, זי זאָלן שרײַבן בלויז וועגן פּאָליטיק. יענע ליטעראטאָרן, װידער, וועלכע האָבן געהאלטן אז דאָס איז ניט אָבליגאטאָריש, האָבן די מאכט-אָרגאנען אָן ראכמאָנעס ,דערדריקט".
עס קומט אוף די געזעצמעסיקע פראגע: װאָס קאָן מען אויב אזױ, זאָגן װעגן דעם גרויסן אָטריאד סאָוועטישע ליטעראטן, וועלכע האָבן געשריבן און שרײַבן, לעמאָשל, ועגן דער נאטור, וועגן קינדער, וועגן באלעכאיִם, ענדלעך ---וועגן דער היים-ערד? צו וועלכער גרופּע זאָל מען פארעכענען אזעלכע בארימטע סאָווצטישע שרייבער, וי א. גרין, מ. פּריש- ווין, ק. טשוקאָווסקי? לאָזט זיך אויס, אז הינלי האָט פאָרויסגעזען אָט די פראגע: גרין איז, פארשטייט זיך, אן ,עסקאפּיסט", פּרישווינס שאפן איז אויך ,א פאָרם פון ליטערארישן עסקאפּיזם*,. די קינדער-ליטעראטור, אינגאנצן גענומען, איז ;נאָך איין מאָקעם-:מיקלעט, ווּ די שרײַבער קאָנען זיך אויסבאהאלטן פון פּאָליטישן דרוק"...
עס מאכט אן אײַנדרוק, אז הינלי איז גרייט צו פארעכענען אלע סאָוועטישע שריפטשטע- לער צו די ;עסקאפּיסטן". אפילע שרײַבער, אין וועמענס שאפונג עס געפינען אן אָפּשפּיגלונג דעריקער פּראָבלעמען פון דער אנטוויקלונג פונעם סאָוועטישן דאָרף, פארעכנט הינלי אויך צו דער קאטעגאָריע .עסקאפּיסטן?. ער שרײַבט טאקע אזוי: ,א פּאָליטיש נייטראלער געביט איז געװאָרן די אזויגערופענע דאָרפישע פּראָזע"...
הינלי דעמאָנסטרירט אין זײַן בוך א ביז גאָר אייגנארטיקן אויפן פון פארשטיין און נוצן דעם טערמין ,עסקאפּיזם". עס איז דאָך ברייט באװוּסט, אז די אזויגערופענע דאָרפישע פּראָזע אין דער סאָוועטישער ליטעראטור צייכנט זיך אויס מיט דער אקטועלקײַט פון די פּראָבלעמען, מיט דער אָרגאנישער פארבינדונג מיטן לעבן פון דער געזעלשאפט און, הייסט עס, מיט פּאַ- ליטיק. אין דער פּוסטקײַט און זינלאָזיקײַט פון די רייד וועגן דער , אפּאָליטישקײַט* פון דער ליטעראטור און קונסט האָבן זיך שוין לאנג איבערצײיגט די ברייטע מאסן קינסטלער. די גאנצע זאך באשטייט דערין, מיט װאָס פאר א פּאָליטיק איז פארבונדן זייער שאפונג. אויב אין צענטער פון דער פּאָליטיק שטייען די אינטערעסן פונעם פאָלק, אויב די פּאָליטיק האָט פאר זיך דעם ציל צו ברענגען גליק דעם פאָלק און זי ווערט געפירט אין דער ריכטונג פון פארשטארקן דעם שאָלעם און די קעגנזײַטיקע פארשטענדעניש,--דאן קאָן זי האָבן בלויז א גוטע ווירקונג אף דער שאפונג פון די קינסטלער.
מאָדנע און אומגעלומפּערט זײַנען די טײַטשן, וועלכע ר. הינלי גיט די באגריפן פּאר- טײיַשקײַט און פאָלקישקײַט. פאָלקישקײַט, זאָגט ער, פאָדערט באם סאָוועטישן שרײַבער , פּאָליטישן און נאציאָנאלן שאָוויניזם". אויסלענדער, הייסט עס, דארפן אין די וװוערק פון די סאָוועטישע שרײַבער געמאָלט װוערן אלס אױסװוּרפן, און דער סאָוועטישער מענטש מוז אָן שום טײַנעס זײַן א געזונטער, א שטארקער, אזא, װאָס איז זיכער אין זיך און איז ביכלאל ארום און ארום א פּאָזיטיווער.
די פּארטײיַשקײַט, װוידער, פאָדערט באם שרײַבער, לוט הינלין, אז אין די װערק זאָל געשילדערט וװערן ניט יענץ לעבן, װאָס דאָס אויג זעט, נאָר עפּעס א אהעכערס". פונדאנען איז געדרונגען, אז דער סאָציָאליסטישער רעאליזם פאָדערט פונעם שרײַבער ניט קיין לעבנס- עמעס אין דער ליטעראטור, ניט קיין היסטאָרישע קאָנקרעטקײַט, נאָר א פאלשע, היסטאָריש ניט ריכטיקע באשרייבונג פון דער װױרקלעכקײַט". אנדערש גערעדט, עס עקזיסטירט אין דער סאָוועטישער ליטעראטור א ,צוואנג-אָפּטימיזם".
איבנדיק זיך אין אויסטראכטן מײַסעס וועגן עפּעס ;שטרענגע רעגלאמענטאציעס" פונעם סאָציָאליסטישן רעאליזם, באשטייענדיק דערוף מיט אן אקשאָנעס, װאָס איז ווערט א בעסערע אָנװענדונג, פאָדערנדיק א דאָנמאטישע און וולגאריזאטאָרישע טראקטירונג פון דער עסטע- טיק פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם, מאכט הינלי צוזאמען דערמיט א כיטרע באמערקונג,
20
אז די דאָזיקע רעגלאמענטאציעס האָט עמעצן אין דער סאָוועטישער ליטעראטור זיך איינגע- געבן אױסצומײַדן. לעמאָשל, מ. גאָרקי האָט געשריבן נאָך דער רעװאָליוציע ,דעריקער אף פאררעװאָליוציַאָנערע טעמעס", און דאָס האָט אים דערליבט, אזוי צו זאָגן, ,צו פארהיטן די אימוניטעט? קעגן די שטרענגע פאָרשריפטן פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם.
אויך שאָלאָכאָוו, שרײַבט מיט שאָדנפרייד הינלי, האָט פארהיט אין זײַן שאפונג די אינ- דיווידואליטעט פון א שרײַבער ,אין א סאך א גרעסערער מאָס, איידער דאָס איז דערלויבט דורך די נאָרמעס פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם". נאָך מער, הינלי שרײַבט, אז ,אין טאָך האָט ער (דה. שאָלאָכאָװ.--א. ב.) אף אן אנטשיידענעם אויפן געבראָכן דעם גײַסט פון דער דאָקטרינע אינעם ראָמאן ;דער שטילער דאָן". ניט בלויז האָט ניט דער דאָזיקער ראָמאן א גליקלעכן סאָף, נאָר ער האָט אויך פארהיט א פּאסיווע באציונג פונעם אװטאָר צו די װײַסע און צו די רויטע. באהויפּטנדיק, אז דאָס פּריוואטע לעבן פארנעמט דאָס ערשטע אָרט לעגאבע דער פּאָליטיק, רײַסט דערמיט שאָלאָכאָוו אונטער דעם סאמע הױפּט-קאנאָן פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם".
מיט א פערטל יאָרהונדערט צוריק האָט אויך אױסגעשלאָסן שאָלאָכאָון פון סאָציאליס- טישן רעאליזם דער אמעריקאנער סאָװעטאָלאָג וויליאם הארקינס. אין זײַן ,ווערטערבוך פון דער רוסישער ליטעראטור" (1956) האָט ער דערקלערט, אז, קלוימערשט, שאָלאָכאָווס ראָמאן ;דער שטילער דאָן" היט ניט אֶפּ עניט דעם גײַסט און ניט דעם אָס פון סאָציאליסטישן רעאליזם".
פארן פערטל יאָרהונדערט האָט זיך אף קיין האָר ניט א רוק געטאָן פאָרוס דער גע- דאנק פון די סאָװעטאָלאָגן אינעם אױסטײַטשן דעם ראָמאן, װאָס איז דאָס גרעסטע פּראָזץ- ווערק פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט. זייער געדאנק איז געבליבן שטעקן אין זומפּ פון די איין מאָל פאר אלע מאָל פאָרמולירטע אָפּשאצונגען און האנאָכעס פון דער אנטיקאָמוניסטי- שער פּראָפּאגאנדע. עס זעען אס קאָמיש די פּרוּוון פון ראָנאלד הינלי צו געבן אן ;אויסרייד" דער סאָוועטישער קריטיק דערפאר, װאָס זי היט ניט אָפּ, לויט זײַן מיינונג, גענוג שטרענג די ,רײינקײַט פון די נאָרמעס? פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם. ער שרײַבט טאקע אזוי: ,קעדיי צו דערקלערן גאָרקין, מאיאקאָווסקין און שאָלאָכאָוון אלס אָנהענגער פון דעם מעטאָד, איז געווען באקוועם ניט צו באמערקן פיל אָפּװײַכונגען זײיערע פון די שטרענגע קלאָלים, בא וועלכע עס זײַנען מעכוּיעוו צו האלטן זיך די וייניקער גרויסע, ניט-קאנאָני- זירטע שרייבער".
אונטערפירנדיק א סאכאקל פון זײַנע ,טעאָרעטישע* באטראכטונגען מיקויעך דעם מע- טאָד פון סאָציָאליסטישן רעאליזם, שרײַבט הינלי מיט פארדראָס, אז דער סאָציאליסטישער רעאליזם ,פארבלײַבט נאָך אלץ" אָבליגאטאָריש, די טערמינאָלאָגיע און די קאָנצעפּציעס פונעם מעטאָד ,פארבלײַבן הייליק" און זיי וערן ,אויסגענוצט אלס בײַטש אף צום שמײַסן די אידעאָלאָגיש ניט געהאָרכזאמע שרייבער".
און די דאָזיקע בײַטש, זאָגט הינלי, האלט אין זײַנע הענט פון 1924-טן יאָר אָן דער שרײַבער-פארבאנד פון פססר. הינליס דערפינדערישקײַט אין פּראט פון צחוכן בײַסיקע טערמינען פאר די אָנפירער פונעם שרײַבער-פארבאנד פון פססר האָט בעעמעס ניט קין גרענעץ. אָדער ער רופט זי ,נאבאָבן": אָדער ,פּרעפעקטן", אָדער ,לערער", אָדער ,אָפּע- קונעס", און ער גיט צו מיט צערײצטקײַט: ,זי אלע (דה. די אָנפירער פונעם שרייבער. פארבאנד פון פססר.--א. ב.) זײַנען געווען אָדער זיי זײַנען מיטגלידער פון דער פארטיי און פארנעמען אין איר א באשטימטע לאגע, זעענדיק זײיער ליטערארישע הויפט-פונקציע דערין, אז זיי זאָלן פארווירקלעכן דעם פּארטיי-קאָנטראָל איבער די שרײיבער".
דער סאָװעטאָלאָג טרײַבט רעכילעס אף א סאך סאָוועטישע ליטעראטן. אים איז שטארק ניט געפעלן, לעמאָשל, דער וועלט-בארימטער שרײַבער קאָנסטאנטין פעדין פאר זײַן טריי- הײַט צו זײַן פאָלק, צום היימלאנד, צו דער פּארטיי.
דער סאָװועטאָלאָג שוינט ניט אויך מיכאיל שאָלאָכאָװון. אים געפעלט זייער ניט די קלאָ- רע און פּינקטלעכע פּאָליטישע פּאָזיציעס, װעלכע דער ראָמאניסט האָט ניט איין מאָל אנטפּלעקט פון דער טריבונע פון די שרײַבערישע און פּארטיייַשע צוזאמענפאָרן, אויך אין זײַנע ארטיקלען און אין זײַן שאפונג ביכלאל,
פון וועמען זשע, צוישן די סאָוועטישע ליטעראטן, קלײַבט דער סאָװעטאָלאָג יאָ נא- כעס? צי זײַנען אזעלכע פאראן? לאָזט זיך אויס, אז פאראן. און אָט די פּערסאָנאזשן, וועלכע
1 נאבאָבן (אן אראביש װאָרט). אזוי הייסן אין אינדיע די גרויסע מוסולמענישע אריסטאָקראטן, אויך א רײַך געװאָרענער ענגלישער קאָלאָניזאטאָר.
21
זײַנען אים זייער געפעלן, װידמעט הינלי א גאנצן אָפּטײל פונעם קאפּיטל, װאָס טראָגט דעם נאָמען דיסידענטן". הינלי דעפינירט זיי אלס מענטשן, װאָס פארלאנגען,. שטעלט אײַך פאָר, ניט מער, װי ,רעפאָרמירן אָט די געזעלשאפט (דאָס הייסט די סאָוועטישע.--א. ב) פון אינװייניק, אין גרונט מיט לעגאלע מיטלען" (עס װערן, הייסט עס, ניט אױסגעשלאָסן אויך אומלעגאלע?-- א. ב.).
הינלי שרײַבט מיט בענקעניש, אז די דאָזיקע אזויגערופענע ,דיסידענטן" פילן זיך ניט היימלעך אין דער סאָוועטישער געזעלשאפט, וועלכע באציט זיך צו זיי מיט פאראכטונג. הינלי קאָנסטאטירט, אז דער ,דיסידענט" פארענדיקט, אלס קלאל, מיט ארױספאָרן פונעם לאנד. ;צוערשט א ליבעראל, דערנאָך א דיסידענט און ענדלעך, אן עמיגראנט", -- שרײַבט מיט פארביטערונג הינלי ועגן אָט די אָפּטריניקע, וועלכע פארשאפן אים נאכעס, נאָר די סאָוועטישע מענטשן רופן זיי ריכטיק מיטן נאָמען פארעטער.
הינלי האלט ביכלאל, אז די פּראָפּעסיע פון א ליטעראט און ,פון יעדן שעפערישן טו- ער" איז אין דער סאָוועטישער געזעלשאפט א מין אנאָמאליע. זיי, זעט איר, , האָרעװען אינ- דיווידועל, ניט אין א קאָלעקטיו... זיי האָרעװען, װוּ זי װוילן און ווען זיי ווילן, שליסנדיק אָפּמאכן מיט פּעריִאָדישע אויסגאבעס און מיט פארלאגן. אזויארום, געהערן זי צו א פּראָ- פעסיע, װאָס איז, לויט איר עצעם מעהוס, קעגן פארגעזעלשאפטלעכונג, זיי טרעטן ארויס אלס בויער פוּן אינדיווידועלע קאָטעדזשן אין א טקופע, וען עס הערשט די מאס פּראָדוק- ציע"..
אָט אזוי האָט דער סאָװעטאָלאָג מיט איין שמיר מיט דער פען אָפּגענומען בא דער קאָלעקטיוויסטישער געזעלשאפט פונעם אנטויקלטן סאָציָאליזם די פּריװוילעגיע צו האָבן אייגענע שרײַבער און ביכלאל ,שעפערישע טוער". ער האָט דערקלערט, אז די ביידע זאכן פּאָרן זיך ניט. דעם סאָציאליזם האָט ער קעגנגעשטעלט דער שעפערישער פּערזענלעכקײַט. אן אלט, שוין לאנג געהערט לידל. אזא פּרימיטיווער צוגאנג צום טײַטשן די קאָלעקטיװויס- טישע לעבנס"פּרינציפּן פון דער סאָציאליסטישער געזעלשאפט נעמט זיך פון די פארשימלטע פּראָפּאגאנדיסטישע אײַנשטעלונגען פון די אנטיקאָמוניסטן, װאָס זייער ציל איז דיסקרעדי- טירן די אידייען און די פּראקטיק פונעם סאָציִאליזם מיט קאָלערלײ מיטלען ניט אויסגע- שלאָסן אויך אָפענע שקאָרים.
ר. הינלי רעהט אויך אף זײַן אויפן וועגן די ליטעראריש-קינסטלערישע זשורנאלן און וועגן דער פארלעגערישער פּראקטיק אין סאָוועטנפארבאנד. ער פּרוּווט מאָלן די ליטעראריש- פארלעגערישע ארבעט בא אונדז אין לאנד אין זײיער א שמאָלן אוטיליטאריש-פּאָליטישן קאָנטעקסט. ער באהויפּטעט, אז די טיראזשן פון די ליטערארישע זשורנאלן און ביכער ווערן באשטימט אויסשליסלעך אף דער באזע פון די ,פּאָליטישע באשלוסן", אז דער נאָכפרעג פון די לייענער ווערט קלוימערשט ,ניט גענומען אין אכט".
פארשטענדלעך, װי װײַט פונעם עמעס עס זײַנען די דאָזיקע כקירעס הינליס. די פאָ- ליטיק פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד איז גראָד געריכטעט צו באפרידיקן פולשטענדיק דעם נאָכפרעג פון די סאָוועטישע בירגער, דערונטער אויך אין געביט פון דער קינסטלערישער ליטעראטור. עס איז ניט צופעליק, װאָס פאר די לעצטע 150 יאָר זײַנען די טיראזשן פון די ליטעראריש-קינסטלערישע זשורנאלן פונעם שריי- בער-פארבאנד פון פססר און פון די ביכער מיט די װערק פון דער קינסטלערישער ליטע- ראטור בא אונדז אין לאנד אויסגעוואקסן אין צענדליקער און הונדערטער מאָל און זיי וועלן, אָן שום סאָפעק, וואקסן אויך װײַטער ביזן פולשטענדיקן באפרידיקן דעם נאָכפרעג פון די סאָוועטישע לייענער.
צו די ליטעראריש-קינסטלערישע זשורנאלן פוּן סאָוועטישע שרײַבער פּרוּוט הינלי אָט אזוי אומבאמערקט צורעכענען אויך די נעבעכדיקע פּעריִאָדישע אויסגאבעס, וועלכע עס גיבן ארויס די פארשיידענע גרופּקעס אָפּטריניקע אויסער די גרענעצן פון פססר. דערבײי פּרווט זיך דער סאָװעטאָלאָג זי אָנרופן קלוימערשט אומאָפּהענגיקע* און ,זעלבשטענדיקע", כאָטש עס איז שוין לאנג ניט קיין סאָד, אז די קוואלן פון פינאנסירן אזא אנטיסאָועטישע אױיס- לענדישע פּעריאָדיק זײַנען די אמעריקאנער צענטראלע אױספאָרשונגס-פארוואלטונג און אנ- דערע אנאלאָגישע ספּעציִעלע אמטן,
ראָנאלד הינלי פארענדיקט זײַן בוך מיט א דערקלערונג, אז ,די הײַנטצײַטיקע רוסישע ליטעראטור... האָט אירע אופבליצן און אירע אומגליקן. אין מײַן בוך האָב איך זיך געסטא- רעט געבן אן אָביעקטיוון באריכט וועגן ביידע זאכן".
ליידער באװײַזט די באקאנטשאפט מיטן בוך, אז דעם אװטאָרס אנטיפּאטיע צו אלץ, װאָס איז סאָוועטיש, איז געװאָרן אן אָרגאנישער טייל פון זײַן געדאנקענגאנג און האָט בא
22
אים אָפּגענומען די פּייַקײַט צו אורטיילן אָביעקטיוו, פארוואנדלענדיק אים אין דעם בא- קאנטן אין דער רוסישער ליטעראטור גראָד א נאטשאלניק פון דער שטאָט גללפּאָו, דעמענטי ווארלאמאָוויטש ברודאסטי, וועלכער האָט געהאט א צונאָמען פאָרגאנטשיק" און פון װועמען מע דארף יעדע מינוט דערווארטן וילדע אויסרופ ,איך װעל ניט דערלאָזן!"
ראָנאלד הינלי האָט ארוױיסגעלאָזט אן אָרדנטלעך פּראָפּאגאנדיסטיש בוך, װוּ ער האָט אונטערטעניק. װי א שילער, איבערגעכאזערט אלע סטערעאָטיפּן פון דער אמעריקאנער סאַָװעטאָלאָגיע און דערמיט גופע באשטעטיקט דעם אוניפאָרמיזם און די טענדענציעזקײַט פו- נעם געדאנקענגאנג פון אלע אָטריאדן פוּן דער צווישנפעלקערלעכער סאַװעטאָלאָגיע.
די מענטשהייט איז ארײַנגעטראָטן אין די 80-ער יאָרן פונעם אא יאָרהונדערט. שוין פון די ערשטע טעג פונעם נײַעם יאָרצענדליק האָט דער אמעריקאנער אימפּעריאליזם אָנ- געהויבן שטעלן אונטער ערנסטע ניסיוינעס די דערגרייכונגען פון דער אנטשפּאנונג. נעמענ- דיק העפקערדיק פאר זיך דאָס רעכט צו אָנרופן זיך וועלט-לידערס, ריזיקירן די רעגירנ- דיקע קרײַזן פון די פארייניקטע שטאטן צו דערפירן די וװעלט צו דער גרענעץ פון א נײַער וועלט-מילכאָמע. אָט דערפאר איז נייטיק צו דעמאסקירן אומדערמידלעך די מיליטא- ריסטישע שטרעבונגען פונעם אמעריקאנער אימפּעריאליזם, באװוייזן זײַן פיינטשאפט צום שאָלעם, דעמאסקירן זײַן פּאָליטיק, וועלכע האָט דעם ציל צו שפּרײטן סינע צװישן די לֵעָנ- דער און פעלקער.
דער כאווער ל. אי. ברעזשנעוו האָט אין דעם פאָרװאָרט צו זײַן בוך וועגן די אקטועלע פראגן פון דער אױסערן-פּאָליטיק פונעם סאָוועטנפארבאנד, וועלכער איז דערשינען ניט לאנג צוריק אין דער דײַטשישער פעדעראטיווער רעפּובליק, געשריבן;
;די לענדער, וועלכע געהערן צו פארשיידענע סאָציאלע סיסטעמען, נייטיקן זיך וי אין לופט כאָטש אין א מינימום צוטרוי. פארשטייט זיך, אונדז צעטיילן און ועלן צעטיילן וי" דערשפּרעכלעכע אידעאָלאָגישע אָנשויוּנגען. נאָר דאָס, װאָס מיר נעמען ניט אָן די בורזשואזע אידעאָלאָגיע. שטערט אונדז ניט צו שטיין אפן באָדן פון רעאליטעט און געדולדיק זוכן פאר- שטענדיקונג"...
די ביכער פון ר. הינלי און פון א סאך אנדערע מײַרעװדיקע סאָװעטאָלאָגן פארסאמען די צווישנפעלקערלעכע אטמאָספער, און זייער ציל איז צו מאכן א טעל פונעם צוטרוי- קלימאט צווישן די לענדער,
אָבער פּונקט װי קיינעם האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו פארשטעלן מיט דער דלאָניע די זון און אָניאָגן אף דער וועלט א כוישעך, אזוי װעט זיך ניט אײַנגעבן צו איבערצאמען דעם וועג פארן עמעס װעגן דעם רעאלן סאָציֵאליזם, וועגן דעם סאָװעטישן מענטשן און זײַן לעבנס-אויפן,
א ר ן
עעביגנאלעלים ייטש דערטעי דל טרעטש יבער 2 אל
פונעם ציקל ,רינג נאָך רינג"
צו די מענטשן פונעם קומענדיקן יאָרהונדערט
אריבער דעם צײַטן-פּלױט, אריבער די צוימען פון יאָרן איבערשפּרינגען!
און קומען צו אײַך צו דער צײַט, די זײַטיקע וועגן און שטעגן אדורכגיין פארשפּאָרן, אריינגיין צו אײַך פון אן אומגעריכטער זײַט...
קאָן זײַן, עס װעט עמעץ אין אײַער יאָרהונדערט דערווארטן, כ'זאָל קומען פון טכום-זײַט, פון מארק-זײַט צו אײַך,
און זײַן זאָל מײַן הארץ פול מיט ביטערקײיט און פארדאכטן, און זײַן זאָל איך אָרעם אין קוי'ך, מיט פארלױירנקײַט רײַך,
איז נאט אײַך! באקוקט מיך! באטאפּט מיך! איך קום פון דער זײַט אומגעריכטער. אזוי כ'האָב געלעבט: אף מאכנאָץ -- אומגעריכט, צום רייכסטאג --- אומגעריכט.
און פּונקט װוי ס'ניט מעגלעך א זעמדל ארויסנעמען פון אן אלמעכטיקן וויכער,
אזוי איז ניט מעגלעך פון מיינע יאַרצענדליקער אויסשליסן מיך.
צוגאסט בא דער נאטור
כ'גיי אראָפּ פונעם זינען,
כ'גיי פון זינען אראָפּ
איבער די זילבערנע פליגעלעך, איבער די גאָלדענע בינען, איבער די נארישע פייגעלעך, װאָס פארדרייען מיר דעם קאָפּ.
כ'קריך ארוף אף די צװײַגן,
כ'גיי ארײַן אינעם גראָז,
פּלוצעם דערפיל איך באשײיַמפּערלעך, אז אלע צוויטשערלעך שװײיגן, און זיי פארלירן די פארביקייט. וויי, איך ווייס ניט פארואַס...
ווער איך אליין א פליגעלע, בלייב צווישן גאָלדענע בינען,
צווישן די נארישע פייגעלעך, װאָס פארדרייט האָבן מיר דעם קאָפּ. כ'בין אראָפּ פונעם זינעז?
כ'בין פון זינען אראָפּ?
אין פופציק יאָר ארום
אוואדע איז קיין סימען ניט פארבליבן, וועגן דער אופגעוואכטער טײַגע, ריישיס, און דער זיקאָרן װועט ניט וויסן באלד און וועהאשייניס -- וועגן זיך אליין.
פון שורעס טריט, װאָס כ'האָב ארײַנגעשריבן
מיט פופציק יאָר צוריק אין אלטן וואלד. אין פופציק יאָר ארום זײַנען פארבליבן,
אלץ נאָך פארטרוילעך אין דער פולער מאָס,
איך בין געווען דאן יונג, אינעם בעריישעס, די שורעס וװערטער, וועלכע כ'האָב פארשריבן געריסן זיך צו שרײַבן מיט א מיין אין העפטל, װאָס פינף קאָפּיקעס האָט געקאָסט.
24
ציפערן
פאר דער מילכאָמע האָט די יִַדישע באפעלקערונג אין דער װעלט אָנגעצײלט אנערעך 18 מיליאָן, נאָך דער מילי כאָמע-- בא 2 מילאָן. ציילט אונדז איבער א שאָ פארן קריג מיט היטלערן, מיר האָבן געלעבט סיי אין פרייד, סײַ אין לייד, סײַ אין נויט. מיר, די ייָדן, די אכצן מיליאָן... א גוירל אזא ניט בא איטלעכן... יעדן דריטן זי האָבן געטויט. פיר יאָר האָבן ייִדישע װײַבער קיין קינדער דעם פאָלק ניט געבוירן. פיר יאָר איז דאָס ייִדישע פאָלק בלויז געגאנגען פארלוירן. מע האָט אונדז געזאלבט ניט מיט נוץ, נאָר מיט אָז-גוץ. געקאָסט די פיר יאָר האָבן זעקס מיליאָן אונדז.
מיר האָבן געהאלטן מילכאָמע מיט ריינעם מעזומען, אין זיג און אין גזאר, פאראמאָל
אָפּגעגעבן
הונדערס טויונט
אין באבי יאר.
ציילט אונדז איבער א שאָ פארן קריג מיט היטלערןי.
אװטאָביאָגראפיש
דער סאָלאָװײ האָט זיך פארזאמט אין ברענענדיקן וואלד צווישן די פלאמען און איז ארויס שוין פּױזענדיק, מיט שטעכלקעס און יאשטשערקעס צוזאמען. געלעגן איז ער אפן ראנד, װוּ ס'גייט פון וואלד אוועק אין פעלד א סטעזשקע, אוּן ס'האָט געקאָנט זיך דוכטן, אז עס ליגט אין ווייץ א טליענדיקע האָלאָװועשקע.
נאָר אָט --- צו אים קריכט צו א רויפע,
וי א רויפע,
און נעמט אים היילן אף א ניט באקאנטן אויפן.
עס קומט עפּעס א כײַעלע צו שפּרינגען
און קיצלט אין דער ברוסט אים, ער זאָל זינגען.
דערנאָכדעם נעמען טשאטעס פייגל ציִען
און רופן אים מיט גוואלדן, ער זאָל פליען.
עס קערט זיך אום צו אים דאָס קאָל ס'באשערטע,
נאָר ס'פעלן אים דער ניגן און די ווערטער.
דאן קומט דער מענטש מיט פייַפלעך-פייפיאָלן,
און ס'ווערן פעדערן באם סאָלאָװײי ווי אָנגעשװאָלן,
עס הייבן אָן די אויגן ערגעץ בלאָנדזשען,
דאָס פעדערדיקע קערפּערל באקומט אן אָנזען,
אין מויל נעמט קאָלאָבאָטשען, קלינגען,
אָט באלד, אָט באלד װועט זיך דער סאָלאָװײ צעזינגען!
פאר זײַנע אויגן שפּרײט זיך אויס א וועלט אן אָפענע און פרײַע, נאָר ס'פליט אוועק דער אָפּגעהיטער סאָלאָװײי צוריק אין פײיער.
און ווען...
און ווען
איך װאָלט זיצן בא אײַך אין דער טפיסע, אוּן ווען
כ'װואָלט געווען איצט בא אײַך אין די הענט, --- געװאָרפן איך װאָלט אײַך אין פּארצעף אין וויסטן צען נײַע געבאָטן,
די נײַע
צען.
און ווען
איר װאָלט נעמען מיך ברענען און בראָטן, און ווען
שוין די ליכטיקע שײיַן כ'װאָלט ניט זען --- געבליבן עס װאָלטן די נײַע געבאָטן, צען נײַע געבאָטן,
די נײַע
צען.
און ווען איר װאַלט ווארפן מייַן שורע אין פייער, און וועז נאָך מײַן טױט אויך מײַן קאָוועד געשענדט, --- באצאָלט אײַך אָן צווייפל פאר דעם װאָלטן טייַער די ניַיע געבאָטן. די נײַע צען.
יאָ, איך רעד מיט שאָטנס און מיט גײַסטער זאָג איך אלע זיי דאָס װאָרט דאָס אָפנס,
וי שריה יי יט און פון דעם זיי ווערן אָפּגעשוואכט. ניט אין שלאָף, נאָר אינדערעמעסן. די יי װײַטסע, או איך שטעל א ליכט זי באם צוקאָפּנס, גײַסטער קומען, ס'קומט אמאָל א שעד. און א מאָלע איבער זיי איך מאך. איינשטיין
װווּ די וועלט האָט אן עק, װווּ די וועלט לאָזט זיך אויס -- אומעטום איז די שרעק פאר דעם גראָבן-יונג גרויס. אונדזער וויסן-באגער -- ער אליין, ער אליין
סײַי פאר זיך זוכט א וועג, סײַ באווייזט, װוּהין גיין.
נאָר דערגיין גיך און גרינג איז ניט מעגלעך אלציינס י-- װווי דאָס וויסן, עס האָט אויך דאָס אומוויסן לוסט.
אין פארגעסנהייט ליגן אזויפיל איינשטיינס,
און צי דען איז דער גרעסטער פון זיי אונדז באוווסט?
26
א ליבע-ליד
אלץ, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפלױגן, טראָפּנװײַז דו רינסט ארויס פון מיינע ווּנדן,
האָט קיין מינדסטן שײַכעס ניט אהער. וי דאָס נאָך ניט אָפּגעקילטע בלוט.
אָן א סיבע רינסט ארויס פון מײַנע אױגן
וי א זיסע ווייטעקדיקע טרער. לייגסט אוועק זיך לאנגזאם אף מײַן שטערן, וי פון צאָרעס ביטערע א שראם,
אלץ, װאָס מיט דײַן ליבע איז געבונדן און איך לאך, אז אלע זאָלן הער
האָט געטראָפן מיך ניט שלעכט, ניט גוט. און איך װײַז א צונג דער ליבע סטאם.
דאָס קינד פירט דעם אױיװערבאַטל
גאנצפרי איז זויבער-ריין דער שניי, יאָ, ס'איז דעם מענטש זײַן װעג באקאנט. אינאָוונט ווערט ער ברוין און בלאָטיק. שוין מיד פון ליבע און פון אייפער,
דאָס קינד דאָס זויבערע--אוי, וױי-- ער נעמט אליין זיך פאר דער האנט
פירט בא דער האנט דעם אױיװערבאָטל. און פירט אליין זיך אָפּ אין קייווער.
שעפּטשערײַ
די שעפּטשערײַ קומט, עמעס, פון די ליפּן, דו קוק זיך צו: וי גרײַפּעלעך זיך שיט
דאָס זאָגעכץ דורך די ליפּן, וי דורך זיפּן, נאָר נעמען נעמט עס זיך פון דעם געמיט.
פאראן אין יענע טיפקײַטן, אין כוישעך פון מענטשנס פארבעריישעסדיקער ועלט א כאאָס מיט פארטרוילעכע גערוישן,
װאָס אף די ליפּן ווערן ערשט פארשטעלט.
אונדזער פּלאנעטע האָט אלץ שוין געהאט (איינעם -- צום שלעכטן, א צווייטן --- צום גוטן; אײַערע קוויסלינגס און מײַין סטאלינגראד, אײַערע דיונקערקס און מײַנע סאליוטן.
ס'ווייסט די פּלאנעטע שוין גוט דעם באשייד-- װאָס פאר א װערט עס האָט הײַנטיקע צײַטן וועגן גערעכטיקײַט אײַערע רייד
און פאר גערעכטיקײַט מײַנע שטרײַטן.
יאָ די פּלאנעטע -- פיל זען נאָך זי װעט (איינעם -- צום גוטן, א צווייטן--צום שלעכטן:
װאָס עס װעט וערן פון אונדזער געועט, װאָסערע שטייען נאָך פאָר געפעכטף
52
27
טעװיע גען
נײַע דערציילונגען
נאָך דער סימכע
שלוימע רודניצקין האָט מען אָפּגעמערקט זײַן פופציקיאָריקן יוביליי. פינף און צוואנציק יאָר האָט ער געארבעט אף איין אָרט, אין איין אינסטיטוט, געהויבן זיך פון טרעפּל צו טרעפּל, געזאמלט דערפארונג, קענטענישן, געבראכט פיל נוצן אין זײַן ארבעטס-געביט. אָנגעקומען איז ער, ווען דער איצטיקער גרויסער און סאָ- לידער וויסנשאפטלעך-פאָרשערישער אינסטי- טוט איז געווען א קליינע לאבאָראטאָריע, פאר- נומען צוויי צימערן אין אן אלטער געבײַדע, װאָס מע האָט געדארפט אראָפּטראָגן. די פענצ- טער האָבן געקוקט אין הויף אריין, ווּ ס'איז שטענדיק געווען אָנגעשטעלט א בארג ליידיקע קעסטלעך -- אין דער זעלבער געבײַדע, אפן אונטערשטן שטאָק, איז געווען א שפּײַזימאגא- זין. שלוימע איז צוערשט געווען א לאבאָראנט, דערנאָך איז ער געװאָרן א ייִנגערער ויסן- שאפטלעכער טוער, און שפּעטער, מיט דער צײַט--א ויסנשאפטלעכער טוער. אן על- טערער. א כאראקטער האָט ער א וויכן, מע קאָן זאָגן, אפילע שוין צו א ווױיכן. קיינער װאָלט זיך ניט געקאָנט דערמאָנען, אז סאָלאָ- מאָן יעקוסיעלעוויטש זאָל האָבן אמאָל ארויס- געזאָגט זײַנע א מיינונג אין א קאטעגאָרישער פאָרם, ער זאָל עמעצן דערוידערן מיט א הארבן, שארפן װאָרט. ער האָט ליב געהאט די ווערטער ,עפשער", ,מיר דוכט", ,עטװאָס". ;עפשער װעלן מיר טאָן אזוי?" עעפשער איז גלײַכער?..* ,מיר דוכט, אז עטװאָס זײַנט איר ניט גערעכט", ,איר האָט, דוכט מיר, עטװאָס א טאָעס*. פארווייכערן דאָרטן, װוּ ס'איז הארב, פארקײַלעכיקן, װוּ ס'איז שפּיציק, איז געווען
28
אין זײַן טעווע. וען ער האָט זיך נערווירט, האָט ער געהאט א געוווינשאפט אָנצורירן מיט דער צונג די טרוקן-געװאָרענע ליפּן, אזוי װוי ער װאָלט געװאָלט אָפּװישן די אומאָנגענעמ- קײַט, װאָס איז מיט אים געשען
קיין הויכן פּאָסטן האָט ער אין אינסטיטוט ניט פארנומען, ער האָט פארוואלטעט מיט א פארהעלטניסמעסיק ניט גרויסן אָפּטײל, אָבער מע האָט אים געשעצט פאר זײַן טיפער ערודי- ציע, פונדאמענטאלער געלערנטקײַט. די סימ- כע זײַנע, דעם יוביליי האָט מען געפּראװעט אף א גאנץ ברייטן אויפן. דעם יוביליי-אָוונט האָט געפירט דער דירעקטאָר פונעם אינסטי- טוט אנדריי איואנאָוויטש ליסטאָוו, ס'זיינען בײַגעווען אן אקאדעמיקער און צוויי מיטגלי- דער-קאָרעספּאָנדענטן פון דער ויסנשאפט- אקאדעמיע.
דער באלסימכע איז געזעסן באם יאָמטעװ- דיקן פּרעזידיום-טיש. זײַן שטול איז געשטא- נען באם ברעג, א ביסל אָפּגערוקט פון די איבעריקע שטולן, עס זאָל זײַן א פרײַער צוטריט און מע זאָל אים קאָנען דריקן די האנט און די, װאָס ווילן, אויך א קוש טאָן. א ביסל א סקעפּטיקער און גענייגט צו איראָניע, האָט ער געהערט די באגריסונגען און דערבײַ גע- טראכט, אז מע קאָן צונויפשטעלן א קורצע ענציקלאָפּעדיע פון עפּיטעטן, מיט וועלכע מע באקרוינט א יוביליאר. ;אן ארבעטזאמער", ,אן אײַנגעשפּארטער אין דערגרייכן דעם ציל", ,א באגאבטער", ,א גאָלדן הארץ", ,א דרייסטער", ;א הייסער", ,א וואכזאמער", ,א זעלבשטענדי- קער", ,א טרייַער", ,א כאָכעם", ,א ליבער",
;א מאזלדיקער", ,א נאָבעלער". ,א סינטעז פון אלדאָס גוטס", ,אן ענערגישער", ,אן ער- לעכער", ,א פּינקטלעכער", ;א צענטראלע פי- גור", ,א קאָנצענטרירטער", ,א קרישטאָל-רײי- נער", ,א רומפולער", ,א שעפער", ,א שײַנד- לינג"... ווען איינער פון די, וועלכע זײַנען ארױיסגעטראָטן, האָט צו די מײַלעס און שװאָ- כים,. װאָס עס האָבן געזאָגט אנדערע, נאָך צוגעגעבן, אז דער כאָשעװער יוביליאר איז הארט, װי שטאָל, האָט שלוימע ניט וילנדיק א שמייכל געטאָן און ער האָט זיך אומגעקוקט, צי האָט מען דעם שמייכל ניט באמערקט. אף דער בינע איז ניט געװען הייס, ס'האָט גע- בלאָזן א ווינטל פון הינטער די קוליסן, אָבער באם יוביליאר אפן שטערן זײַנען געוען טראָפּנדלעך שוייס, די באקן זײַנען געװוען צעפלאמט. ס'האָט זיך אים זייער געװאָלט לויזער מאכן דעם קנופ פונעם שניפּס און אָפּ- שפּיליען דאָס איבערשטע קנעפּל פונעם העמדל. װאָס מער מע האָט גערעדט, אלץ אומ- באקוועמער האָט ער זיך געפילט, אזוי װי א מענטש, װעמען מע שטופּט אין די קעשענעס טײַערע אויצרעס, וועלכע ער האָט ניט פאר- דינט.
אין זײַן קורצן שלוסװאָרט האָט ער בא- דאנקט פאר די גוטע װערטער און ווארעמע װוּנטשן. ער האָט צוגעזאָגט, אז ער װעט זיך באמיִען צו בארעכטיקן די הויכע אָפּשאצונגען, וועלכע מע האָט אים דאָ געגעבן, אויב אין דער פולער מאָס -- עפשער ניט, װײַל דאן װאָלט ער געווען דער אידעאלסטער מענטש אין דער וועלט, אָבער וויפל ער װעט קאָנען, װעט ער מאקסימאל שטרעבן דערצו.
געפאָרן איז ער אהיים מיט א סאך פאפ קעס אין טײַערע גלאנציקע אײַנבונדן. אף די בלאנקענדיקע בויגנס פּאפּיר, ארײַנגעלײיגטע צווישן די טאָוולען, זײַנען געווען אָפּגעדרוקט די ;אדרעסן", געכאסמעטע מיט די אונטער- שריפטן פון די אינסטיטוט-אָנפירער און פון א סאך מיטארבעטער פון די אָפּטײלן און לא- באָראטאָריעס. לעבן שלוימען איז אין דער מא- שין געזעסן זײַן פרוי מאריע סאמױילאָװונע. בא איר אף די קני זײַנען געלעגן די בוקעטן בלומען, וועלכע מע האָט אונטערגעטראָגן איר מאן. אין א שיין קעסטעלע זײַנען געווען צו- זאמענגענומען די מאטאָנעס-- הענטלעך מיט גאָלדענע פּענעס, אן עלעקטראָנישער זייגער, א בוך פון א קאָלעגע, א וויסנשאפטס-טוער, װאָס האָט, איבערגעבנדיק זײַן געשאנק דעם יובי- ליאר, געמאָלדן, אז ער האָט געהאט נאָר צװיי עקזעמפּליארן, און איינעם פון די צויי גיט ער מיט פרייד אָפּ סאָלאָמאָן יעקוסיעליעוויטשן. דער סייפער איז אָקאָרשט ארויס פון דרוק, און אין מעשעך פון צויי שאָ אויספארקויפט
געװאָרן, ס'איז גלײַך געװאָרן א יעקאר-האמע- ציִעס. װײַזט אויס, צוליבן נאָמען, -- האָט דער אװוטאָר באשיידן באמערקט. --- דאָס בוך הייסט ,אין אלץ זײַנען שולדיק די גענען", און דאָס אינטריגירט דעם לייענער. א נאָמען איז זייער א וויכטיקע זאך...
ארײַנגעטראָגן די מאטאָנעס אין שטוב, איבערגעטאָן זיך, ער --אין זײַן פּיזשאמע, זי--אין איר כאלאט, האָבן מאן און וייב אוועקגעזעצט זיך אָפּרוען אפן דיוואן, װוי נאָך א שװערסטן טאָג ארבעט. עסן האָבן זי ניט געװאָלט, נאָר אויסגעטרונקען א גלאָז טי און מע האָט זיך געלייגט שלאָפּן. די לעצטע צײַט איז בא שלוימען דער שלאָף צעטיילט אין צוויי טיילן. דער ערשטער טייל דויערט דרײַ -- דריי מיט א האלבער שאָ, דערנאָך איז שוין דער שלאָף צעקלאפּט, צעדרויבלט אף א סאך טי- לעכלעך -- ניט מע שלאָפּט, ניט מע איז וואך. אין האלבן דרעמל פלעכטן זיך און פּלאָנטערן פארגאנגענע עפּיזאָדן, געשעענישן מיט איצטי- קע, וועלכע זײַנען פאָרגעקומען ערשט נעכטן. דאָס מאָל איז ער אפילע ניט אָפּגעשלאָפן די דרײיַפערטל-האלביקע ;נאָרמע* פון דער ער- שטער טייל נאכט. אופגעכאפּט האָט ער זיך מיט א שמייכל אפן פּאָנעם. ער האָט אים גע- פילט, דעם שמייכל, אזוי װוי ער װאָלט אים געזען אף זיך אין דער פינצטער אין א שפיגל. ;אזויפיל שװואָכים ארײַנגעלייגט אין מיר, מע דארף דאָך דאָס קענען אויסהאלטן", -- האָט ער זיך דערמאָנט װעגן דעם דורכגעגאנגענעם אָוונט.
צוויי זאכן האָבן אים די לעצטע צײַט באומרויקט, און ס'האָט אים פארדראָסן, װאָס איצט, נאָכן יוביליי-אָוונט, אינמיטן דער נאכט, זײַנען זיי, װי נאָר ער האָט געעפנט די אויגן, גלײַך װידער געקומען אפן זינען. שוין צײַט, אז ס'זאָל אופהערן קימערן און ער זאָל פאר- געסן, נאָר ס'פארגעסט זיך ניט. אין דעם אָפּ- טייל, מיט וועלכן ער, שלוימע רודניצקי, פירט אָן, איז געווען א וואקאנסיע אף אן אָרט פון אן עלטערן לאבאָראנט, און ס'איז געווען נאָר איין קאנדידאטור, זייער א צוגעפּאסטע --- פיאָ- דאָר אמאָסקין,. װאָס ארבעט שין אין דער לאבאָראטאָריע פונעם אָפּטײל גאנץ לאנג, און דאָס,. װאָס ער טוט, װוערט געטאָן מיט סייבל און געוויסנהאפט. אמאָסקין האָט מיט א פּאָר כאדאָשים צוריק כאסענע געהאט, איז אוואדע געװוּנטשן, אז צום ארבעטסלוין זאָלן צוקומען נאָך עטלעכע רובל, פון דער קעשענע ועלן זיי ניט ארויספאלן באם יונגן פּאָרפאָלק. אין דער לעצטער מינוט האָט זיך אָבער באוויזן א נײַער קאָנקורענט אף צו פארנעמען די וואקאנ- סיע, א מענטש פון אן אנדער אָפּטײל,
-- מע דארף אזוי,-- האָט צו רודניצקין
29
אָנגערופן זיך דער געלערנטער סעקרעטאר פו- נעם אינסטיטוט. --- אמאָסקין װעט מוזן א ביסל צוווארטן. ס'וועלן זײַן נאָך וואקאנסיעס.
-- איך האָב אמאָסקינען פארזיכערט, אז אלץ איז אין אָרדענונג און אז פון אָנהייב כוי- דעש װערט ער געהעכערט,--האָט, װי גע- וויינלעך, מיט זײַן שטילן, בעטנדיקן קאָל גע- זאָגט רודניצקי.
-- פארזיכערט! ויָאזוי האָט איר געקאָנט פארזיכערן, אז קיין באפעל איז נאָך ניט גע- ווען?--דער געלערנטער סעקרעטאר האָט שטיל ניט גערעדט, נאָר הויך און שטרענג. און ער, רודניצקי, האָט גענומען אָפּטרעטן ניט געוואגט דערמאָנען, אז דער סעקרעטאר אליין האָט אים מיט צוויי טעג צוריק געזאָגט, אז ס'איז ריכטיק און אז ער איז פולקאָם מאסקים: אמאָסקינען איז שוין צײַט צו מאכן פאר אן עלטערן לאבאָראנט.
,איך בין א שמאטע. מע דרייט מיט מיר, װוי מע וויל, -- האָט איצט, ליגנדיק מיט אָפץע- נע אויגן אפן געלעגער, געטראכט רודניצקי דאָס זעלבע, װאָס ער האָט שוין ניט איין מאָל געטראכט ועגן זיך באטאָג אף דער ארבעט און דערנאָך אין די שלאָפּלאָזע נעכט.
די צווייטע זאך, װאָס האָט אים לעצטנס געקימערט, פארשאפט אגמעסנעפעש, און פיל מער וי דער אומאָנגענעמער עפּיזאָד מיט אמאָסקינען, איז געווען דאָס, װאָס ער איז ;ארײינגעקראָכן* מיטן דירעקטאָר פונעם אינ- סטיטוט. שײַעך צו זאָגן ?ארײינגעקראָכן! ס'איז א דעליקאטער איניען, נאָר א מענטש מיט א שטיַפערן כאראקטער, איידער בא אים, װאָלט זיך אן אייצע געגעבן, ער װאָלט אף א ויר- דיקן אויפן זיך אָפּגעזאָגט צו טאָן דאָס, װאָס ס'איז ניט צום הארצן.
דער דירעקטאָר פונעם אינסטיטוט אנדריי איוואנאָוויטש ליסטאָוו איז אָן שום סאָפעק אן אָרנטלעכער מענטש און אן ערנסטער געלערנ- טער. א דאָקטאָר פון טעכנישע ויסנשאפטן איז ער געװאָרן,. װײַל ער האָט ויכטיקע, גרינטלעכע אופטוען אין זײַן געביט. מיט א געוויסער צײַט צוריק האָט ליסטאָוו ארײַנגע- רופן רודניצקין צו זיך אין קאבינעט און גע- בעטן איבערלייענען און זאָגן זײַן מיינונג וועגן אן ארטיקל, װאָס ער האָט אָנגעשריבן און וויל אָפּדרוקן אין א זשורנאל. רודניצקי האָט אי- בערגעלייענט, און ס'איז אים גרינג געווען ארויסצוזאָגן די אופריכטיקע מיינונג זיינע, אז דאָס ארטיקל איז א װאָגיקס, אנטהאלט נײַע פאקטן. נאָר, --- האָט רודניצקי צוגעגעבן מיט דער זעלבער אופריכטיקײַט, --- מע װאָלט גע- דארפט אין אייניקע ערטער אויסבעסערן, ס'זאָל זײַן פארשטענדלעך און קלאָר ניט נאָר פאר אקאדעמיקער, נאָר אויך פאר וויסנשאפט-דאָק-
30
טוירים און קאנדידאטן. אנדריי איוואנאָוויטש האָט קלוג א שמייכל געטאָן, דער שפּאס איז אים געפעלן געװאָרן.
-- אף מײַן שווערן,. האמעטנעם סטיל האָבן נאָך אמאָל זיך באקלאָגט די לערערס אין שול, װוּ כ'האָב געלערנט. כ'רייד שוין ניט ועגן האנטשריפט, ער איז בא מיר נאָך אן ערגערער, וי ס'איז געווען בא לאנדאו, נאָר, צום בא- דויערן, בין איך ניט אזא גרויסער געלערנטער, װוי ער איז געווען. אויב ס'איז עמעס, אז לויטן האנטשריפט קאָן מען באשטימען דעם כאראק- טער פון א מענטשן, איז מײַן כאראקטער א שרעקלעכער. -- אנדריי איוואנאָוויטש האָט מיט קענטלעכער האנאָע געוויזן די אָפּגעדרוקטע אף דער מאשינקע זײַטלעך, װוּ ער האָט אריינ- געשריבן מיט זײַן האנט אייניקע אויסבעסע- רונגען. ס'איז טאקע געווען ,קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס". --- קיין איין מאשיניסטקע אין אונד- זער אינסטיטוט קאָן מיך ניט דרוקן. ס'דרוקט מיר נאָר מייַן פרוי. זי איז א מייוון אף מיר אין אלץ און אפן האנטשריפט אויך.
אנדריי איוואנאָוויטש האָט געלאכט, און ס'האָט אויך געלאכט סאָלאָמאָן יעקוסיעלע- וויטש. דעם פארוואלטער פון א ניט גרויסן אָפּטײל איז געווען אָנגענעם און בעקאָװעדיק, װאָס עס רעדט מיט אים אזוי אָנפארטרױלעך און אָפנהארציק דער שעף פונעם גאנצן אינ- סטיטוט.
-- די גענדז האָבן געראטעװועט רוים, און איך קאָן אײַך ראטעווען, -- האָט אינעם שפּא- סיקן נוסעך, אין וועלכן זיי האָבן גערעדט, אָפּ- גערופן זיך רודניצקי,. האָבנדיק פארשטאנען, װאָס דער דירעקטאָר וויל פון אים.
--- ווען איך לייען אײַערע ארטיקלען אין אונדזער וואנטצייטונג, האָב איך עמעסע הא- נאָע פון זיי. נו, און ניט נאָר אין דער וואנט- צײַטונג, -- האָט אנדריי איוואנאָוויטש צוגע- געבן. -- אייערע פּובליקאציעס אין די ויסן- שאפטלעכע זשורנאלן זיינען א מוסטער פון קלאָרקײַט, און איך בין אײַך שטענדיק מעקא- נע אף דעם.
-- איך בין עפשער ניט מער וי א פּאָפּו- ליאריזאטאָר, -- האָט מיט זיַן געויינלעכער באשײידנקייַט באמערקט רודניצקי.
-- זאָגט דאָס ניט, סאָלאָמאָן יעקוסיעליע- וויטש. אײַער אָפּטײל איז צװוישן די בעסטע אין אינסטיטוט. די טעמעס פאר דיסערטאציעס, וועלכע איר העלפט אויסזוכן פאר די פעיקע מיטארבעטער, די עקספּערימענטן, וועלכע ווערז בא אײַך דורכגעפירט, זיינען זייער ערנסטע, זייער וויכטיקע. דאָס דאָזיקע ארטיקל, -- האָט ליסטאָוו איבערגעשלאָגן זיך אליין, --- האָט מען בא מיר באשטעלט פאר א זשורנאל, װאָס גייט ארויס אין צוויי מיליאָן עקזעמפּליארן, און די
*כ
-
ערשטע זאך, װאָס זיי האָבן מיר געבעטן, איז געווען,. אז ס'זאָל זיין אָנגעשריבן פּאָפּולער. איך האָב צוגעזאָגט. איצט האָט איר אליין גע- זען, װאָס ס'האָט זיך בא מיר באקומען.
-- אויב פאר אזא גרויסן מאסן-זשורנאל, דארף מען ווירקלעך דאָס ארטיקל א ביסל אי- בערמאכן, -- האָט באשטעטיקט רודניצקי.
-- איז נעמט זשע, איך װעל אײַך זײַן זייער דאנקבאר, סאָלאָמאָן יעקוסיעליעוויטש, -- און ער האָט די פארשריבענע בלעטלעך אי- בערגעגעבן רודניצקין.
אין צוויי טעג ארום איז דאָס ארטיקל גע- ווען איבערגעמאכט, דער אינהאלט, די געדאנ- קען זײַנען געבליבן די זעלבע, נאָר די פאָרם, דער סטיל האָט זיך געענדערט. ס'איז געװאָרן גרינג צו לייענען.
-- איך דערקען ניט מײַן אייגן קינד-- האָט א צופרידענער אויסגערופן אנדריי איווא- נאָװויטש, איבערלייענענדיק זײַן ווערק. -- איצט וועט איר מוזן אים אויך אונטערשרײַבן. איר זײַנט מײַן מיטאװוטאָר.
-- ניין,. -- האָט דערווידערט רודניצקי. -- איך האָב נאָר איבערגעביטן דאָס פעסל, אָבער דער װײַן איז געבליבן דער פריערדיקער.
ליסטאָווס ארטיקל האָט אויסגענומען. מע האָט בא אים באשטעלט נאָך אן ארטיקל, און א דריטס. אנדערע צייטשריפטן האָבן אויך זיך געווענדט צום כאָשעוון אװוטאָר, און אנדריי איוואנאָוויטש האָט זיך שוין אזוי צוגעװווינט צו רודניצקיס הילף, אז יעדעס מאָל, ווען ער האָט באדארפט, האָט ער אים אריינגערופן צו זיך אין קאבינעט און שוין קימאט וי בא- פוילן;
-- נעמט און מאכט! ס'איז זייער ווינטשנס- ווערט, אז ס'זאָל אין צוויי טעג ארום זיין פאר- טיק!
אנדריי איוואנאָוויטש האָט אים געפּרווט באלוינען פאר זײַן טירכע, אָפּגעבן א טייל פו- נעם האָנאָראר, נאָר רודניצקי האָט זיך אָפּגעץ- זאָגט. ער האָט גאָר ניט געװאָלט, אז זײַן מיט- ארבעט מיטן דירעקטאָר זאָל אָנעמען א סיס- טעמאטישן כאראקטער. כוץ דעם, װאָס עס האָט אָפּגענומען א סאך צײַט און מי, האָט דאָס נאָך אויך געהאט ניט קיין פיינעם בײַטאם. פאר אן אנדערן װאָלט ער ניט געהאָרעװעט, נאָר פארן דירעקטאָר -- יאָ. װי מע זאָל דאָס ניט פּרוּוון אויסטײיטשן, -- העלפן א מענטשן, וועלכער איז שטארק פארנומען, גיין אים אנטקעגן און אויס- בעסערן א זאך, װאָס יענער.--ניט ער האָט קיין צײַט, ניט ער איז אימשטאנד אויסצובע- סערן, -- וי מע זאָל דאָס ניט אױיסטײַטשן און באטראכטן, איז פונדעסטוועגן פאראן אין דעם א ביסל כניפע, א פארלאנג צופרידנשטעלן און אויסנעמען בא א העכערן פון זיך לויטן ראנג.
עטלעכע טעג פארן יוביליי-אָװונט האָט אנדריי איוואנאָוויטש אים געגעבן נאָר א מין עסקיז פון אן ארטיקל. אף דרײַ זײַטלעך, ניט גע- דרוקטע אפילע אף דער מאשינקע, איז מיט זײַן צעפלויגענעם קסאוו, װאָס עס איז שער צו לייענען, געווען אָנגעװאָרפן א געוויסע צאָל אבזאצן און א פּאָר אײַליק-אָנגעמאָלטע קליי- נינקע סכעמעס-צייכענונגען.
--- כ'בעט אײַך, ליבער סאָלאָמאָן יעקוסיע- ליעוויטש, זייער און זייער מיר אנטשולדיקן, װאָס כ'גיב אין אזא כאאָטישן צושטאנד.. זי- צונגען נאָך זיצונגען... איך בין אזוי פארטשא- דעט געװאָרן פון זיי, אז מער װי אף דעם בין איך שוין ניט געווען פעיָק. אומעטום, װוּ איך פארוף זיך אין ארטיקל אף קװעלן, כ'ברענג ציפערן,. דארפט איר אופמערקזאם דורכקאָנט- ראָלירן צי האָב איך ניט געהאט קין טאָעס... -- דער דירעקטאָר האָט מיט א שוואכן זיפץ דערלאנגט די דרײַ זײַטלעך רודניצקין.
;פריִער צי שפּעטער װעל איך מון זיך אָפּזאָגן צו שרײַבן פאר אים ארטיקלען, -- האָט איצט, אין דער שלאָפּלאָזער נאכט, געקלערט רודניצקי, -- אויב ער האָט ניט קיין צײַט, איז זאָל ער ניט שרײַבן, אָדער געפינען אן אנ- דערן. איך האָב מײַנס אָפּגעדינט. איך דארף אים דאָס זאָגן מיט א פולן מויל ניט שפּע- טער פון מאָרגן, ווען כוועל קומען אף דער ארבעט, ס'זאָל דערנאָך ניט זײַן פאר אים אומ- געריכט און ער זאָל אף מיר קיין פאריבל ניט האָבן. איך האָב פיל אייגענע ארבעט, װאָס איך דארף מאכן אינאָװונט אין שטוב. און כ'וועל טאקע אויך מאָרגן אוועקלייגן צו אים אפן טיש דעם עסקיז זײַנעם און זאָגן, אז זאָל ער מיר אנטשולדיקן, נאָר שרײַבן פאר אים ארטיקלען קאָן איך ניט.
אזוי האָט ער באשלאָסן צו טאָן. ,ס'איז איצט פּונקט די צײַט ארומצוקוקן זיך, נאָך דער הײַנטיקער סימכע מײַנער, -- האָט ער גע- קלערט, אן אופגערודערטער.-- זאָל זײַן, אז אלץ, װאָס מע האָט אפן אָװנט גערעדט ועגן מיר, איז װײַט פונעם עמעס, אָבער, אז מע איז אלט פופציק יאָר, איז שוין צײַט צו ווערן א מענטש, לאָמיך פּרוּוון זײַן כאָטשבי א ביסל אזא, װי מע האָט הײַנט דרײַ שאָ נאָכאנאנד מיך פאָרגעשטעלט, זאָלן עס ניט זײַן קיין הוילע ווערטער".
א צופרידענער פון אָט דעם געדאנק, איז ער א בארויקטער אײַנגעשלאָפן, און וי נאָר ער האָט זיך אופגעכאפּט, איז דער זעלבער געדאנק װוידער ארופגעשװוּמען בא אים. קיאָ, כ'וועל זיך אופירן אנדערש, װי פריער',-- האָט ער מיט א מונטערקײַט באשלאָסן בא זיך,
אף דער ארבעט איז ער אינדערפרי געקו- מען ניט אזוי, װוי ער װאָלט געדארפט קומען
1
נאָכן נעכטיקן יוביליי זײַנעם. ער װאָלט גע- דארפט צו אלעמען שמיכלען און אלעמען דאנקען, בא אים איז אָבער געווען אפן בלייכ- לעכן פּאָנעם אן אויסדרוק פון שטרענגקײַט און ערנסטקײיט. אין קאָרידאָר האָט אים גע- כאפּט אָלעג קארימסקי פון דער סעקציע ,בי- מעטאלן", גוטברודעריש ארופגעלייגט די האנט צו אים אפן אקסל. ,אינטערעסאנט צו ויסן, װאָס פאר א כאָלעם כאָלעמט זיך באנאכט א מענטשן נאָך אזא גראנדיעזן אָװנט, װאָס ער האָט נעכטן געהאט? מײַן פרוי האָט געזאָגט צו מיר: , דיך, אָלעג, װעט מען אזוי ניט אָפּמערקן אפילע דיַן זיבעציק- אָדער אכציקיאָריקן יו- ביליי. האלעװײַ זאָל מען דיר כאָטשבי מאכן אן אָױנט ניט אין גרויסן זאל, נאָר אין קליינעם זאל". -- אָלעג האָט געלאכט און ניט אראָפּגע- נומען די האנט פון שלוימעס אקסל. רודניצקי האָט אליין מיט א שארפער באוועגונג אראָפּ- געשארט זי פון זיך, טרוקן א מורמל גע- טאָ; ,יאָ. יאָי, און ער איז אועק. אָלעג האָט א פארװונדערטער אים נאָכגעקוקט. דער יוביליאר האָט אויך פארװוּנדערט דאָס רעדל, װאָס איז געשטאנען אין קאָרידאָר און געשמועסט צװוישן זיך. ווען ער איז פארבייגע- גאנגען, האָבן עטלעכע הענט פונעם רעדל אויסגעשטרעקט זיך צו אים: ,סאָלאָמאָן,. הער א פרישן אנעקדאָט, װאָס באָריס מאטוייע- וויטש דערציילט. ס'איז אזוינס װי אזעלכס". רודניצקי איז ניט געווען קיין ליבהאָבער פון אנעקדאָטן, ער האָט זיי געהערט, געלאכט, ווען אלע האָבן געלאכט, און טייקעף פארגעסן זיי. פון דער מאסע אנעקדאָטן, װאָס אים איז אויס- געקומען הערן, האָט ער פארגעדענקט נאָר איינעם, וויאזוי אן אָרעמער ייד וױינט און קלאָגט, רײַסט זיך די האָר פון קאָפּ אלעמיי ער האָט צוליב איין װאָרט פארלאָרן טויזנט רובל! ,וויאזוי האָט איר דאָס צוליב איין װאָרט פארלאָרן טויזנט רובל?"---פרעגט מען אים. דערציילט ער, אז ער איז ארײַן אין א באנק און געזען דאָרטן באם קאסיר אפן טיש פּעק- לעך געלט, אף יעדן איבערגעבונדן פּעקעלע שטייט די ציפער איינס און דרײַ נולן. פרעגט ער באם קאסיר: ,מע קאָן א פּעקעלע נעמען?" ענטפערט יענער: ;ניין". קאָבער ווען ער זאָל געווען זאָגן קיאָ". װאָלט איך דאָך געהאט א טויזנטער אין קעשענע". אָט דעם שטיקל אנעקדאָט האָט רודניצקי ליב, און ער פארגעסט אים ניט.
-- ס'ווערט אײַך גאָרניט נימעס צו סמא- קעווען אנעקדאָטן?-- האָט ער איצט אָנגערופן זיך צו באָריס מאטװייעוויטשן.-- שוין פון גאנצפרי זײַט איר אף אײַער פערדל!
בא באָריס מאטווייעוויטשן האָט זיך אויס- געצויגן דאָס פּאָנעם:
32
-- אויב איר זיינט פון נעכטן אָן געװאָרן א צאדיק און איר טאָרט ניט הערן גאָרניט, כוץ באגריסונגען אין אײַער אדרעס, איז הערט ניט, -- האָט באָריס מאטווייעוויטש גאנץ שארף אָפּגעשניטן.
רודניצקין איז אָנגעקומען אנטקעגן די אופ- ראמערן קלאווע, ער האָט זי פארהאלטן און אָנגעװיזן אף די פענצטער, וועלכע זײַנען בא- דעקט מיט א שיכט שטויב, מע זעט ניט דורך די שויבן דעם דרויסן.
-- מע דארף, קלאווע, אמאָל אויסווישן די פענצטער אויך, --- ער האָט דאָס געזאָגט וייך, אָן שום באפעלערישער אינטאָנאציע, נאָר קלא- ווע האָט זיך שטארק פארכידעשט, זי האָט קײינמאָל ניט געהערט פון אים, אז ער זאָל עפּעס זאָגן וועגן איר ארבעט. זי האָט אים אויסגעלויבט פאר די אנדערע אופראמערנס פו- נעם אינסטיטוט: אזא גוטער, שטילער, העפלע- כער נאטשאלניק, װי ס'איז בא איר סאָלאָמאָן קוזמיטש (דעם שווערלעכן נאָמען יעקוסיעליע- וויטש האָט זי פארביטן אפן גרינגן קוזמיטש), איז מער בא קיינעם ניטאָ. איצט, נאָך דער באמערקונג, װאָס רודניצקי האָט איר געמאכט, האָט זי נאָר א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און פאָרגעזעצט איר גאנג, וי זי װאָלט גאָרניט געהערט. רודניצקי האָט העכער זי א רוף געטאָן.
-- קלאווע, איך האָב דאָך עפּעס געזאָגט!
-- איצט האָב איך ניט קין צײַט. איך האָב איבערגעלאָזט דאָס אייניקל אליין אין שטוב, מאָרגן על איך דאָס אָפּטאָן.
-- יעדן טאָג אנטלויפט איר אין א שאָ ארום, וי איר זײײַט אף דער ארבעט געקומען. מע טאָר אזוי ניט. און די פענצטער דארף מען אויסווישן הײיַנט. כ'מיין טאקע איצט, שוין.
ניט אזוי אן אופגערעגטע און דערצאָרנטע, װוי א פארוװונדערטע, האָט קלאווע צוריק אָנ- געטאָן דעם פארטעך.
אף דער פרימאָרגנדיקער, אזויגערופענער ,; צענמינוטקע? איז ער געווען פיל שטרענגער איידער אלע מאָל. ער האָט ניט געשױנט ניט די לאבאָראנטן, ניט די ייַנגערע וויסנשאפט- לעכע מיטארבעטער, ניט די עלטערע. איינעם האָט ער געװאָרנט, דעם צווייטן געגעבן אן אויסרייד.
א שווטרער אומאָנגענעמער געשפּרעך איז אים פאָרגעשטאנען מיטן דירעקטאָר פו- נעם אינסטיטוט. בא אים אין דער בזמעם.- קעשענע זיינען געלעגן אנדריי איוואנאָוויטשעס ;אָנגעװאָרפענע* זײַטלעך, װאָס ער האָט גע- דארפט מאכן פון זיי אן ארטיקל. אזוי וי א מענטש, וועלכער קאָן ניט שוימען, ווארפט זיך אין א טיפן טײַך, װײַל קיין אנדער בריי- רע האָט ער ניט, אזוי איז רודניצקי אריינגע-
2--86
גאנגען אין קאבינעט צו ליסטאָון. יענער האָט זיך אופגעהויבן, פריינטלעך זיך באגריסט מיט אים, לענגער און שטארקער, וי געוױינלעך, געדריקט די האנט,
--- וויָאזוי פילט איר זיך נאָכן אָװנט?!-- האָט אנדריי איוואנאָוויטש געפרעגט,--איך טראכט מיט א גרויל וועגן מיַן יוביליי. ער איז שוין גאָרניט װײַט, אין דרײַ כאדאָשים ארום. בא אייך איז דאָס געווען דער ערשטער, בא מיר װעט שוין זײַן דער דריטער. אפן ערשטן ווארט מען פופציק יאָר, אפן צוייטן נאָכן ערשטן -- צען יאָר, אפן דריטן נאָכן צווייטן --- ווידער צען, דערנאָך גייען שוין אוועק יובילייען יעדן פינפיאָר, א צײַט אָפּצולייגן פון איין סימכע ביז צו דער צוייטער איז שוין ניטאָ ווען... -- אן אומעטיקלעכער שמייכל האָט א לױיכט געטאָן אין זײַנע רויטלעכע אױגן הינטער די גראָבע גלעזלעך פון די ברילן -- אין מײַן עלטער פאָרט ומען שוין ניט פונעם יאריד, נאָר מע איז שוין אראָפּגעפאָרן..
;װאָס האָט ער מיטאמאָל אָנגעהױיבן ריידן מיט אזא ראכמאָנעס וועגן זיך?"-- האָט רוד- ניצקי א טראכט געטאָן, פילנדיק, אז ער װעט שוין מיט א װאָרט ניט קאָנען דערמאָנען וועגן די בלעטלעך, וועלכע ליגן בא אים אין בו- זעם-קעשענע. וויבאלד יענער האָט אינגיכן א יוביליי, איז אוואדע שוין ניט פיין ניט אויס- צופילן זײַן פּערזענלעכע ביטע. דאָס ארטיקל וועט מען אָפּדרוקן גראָד אין די יוביליי-טעג זײַנע און סוועט זײַן דאן וי אָנגעמאָסטן ;איך הייב ווידער אָן צו דרייען מיט זיך, גע- פינען טערוצים... --- האָט אים ארומגעכאפּט א פארדראָס. --- ניין,. איך טאָר דאָס ניט, און אזוי וי איך האָב פון הײַנט אָן באשלאָסן, אזי דארף איך טאָן!"
-- איך בין געקומען צו אייַך, אנדריי אי- וואנאָוויטש... -- האָט ער אָנגעהויבן, א ביסל זיך אָפּגעשטעלט, ס'איז נאָך געווען צײַט צו באקלערן זיך און זיך ניט ווארפן אין וואסער, דערטרונקען צו וערן. ,קריך װײײַטער! -- האָט ער זיך אונטערגעיאָגט. ער האָט ארויסגענומען די בלעטעלעך פון דער קעשענע און זיי אוועק- געלייגט אפן טיש.
-- איך קען ניט, צום באדויערן, אנדריי איוואנאָוויטש, גאָרניט מאכן פון זיי. פּרובירט אליין אָנשרײַבן. און ביכלאל, יל איך אײַך בעטן, לאָמיר אונדזער שוטפעס אופהערן. דעם עמעס געזאָגט, אין דאָס מיר שוין שטארק דערעסן געװאָרן:.
-- סאָלאָמאָן יעקוסיעליעוויטש, איך האָב אײַך מיט עפּעס-:װאָס באליידיקט?-- האָט ליס- טאָוו אויסגערופן.
-- ניין, אָבער צו אלץ קומט א צײַט... אזוי וי איר זאָגט... איך בין נאָך א יונגער יובי-
ליאר, איז בעסער פּריִער, איידער שפּעטער. ס'איז פאר מיר שוין אויך עפשער שפּעטלעך, יאָ גאנץ שפּעטלעך, שוין ניט קיין יונגער- מאן... און מיר מיט מײַן כאראקטער, איז אווא- דע שווער, נאָר איך האָב באשלאָסן פּרוּון...
-- אוזן דעם באשלוס האָט איר אָנגענומען נעכטן, אף אײַער סימכע, וען מע האָט אײַך געלויבט?-- האָט מיט א קענטיקן פארגעניגן ארויסגעזאָגט זײַן האשאָרע אנדריי איוואנאָ- וויטש. -- איר וייסט, -- איז ער זיך מוידע געווען, -- מיט צוואנציק יאָר צוריק, בא מײַן ערשטן יוביליי האָב איך אויך געהאט אזוי בא" שלאָסן -- זײַן אזא, װי מע האָט גערעדט ועגן מיר. יובילייען זײַנען פונדעסטוועגן ניט אינ- גאנצן אן איבעריקע זאך, זיי קומען אונדז צו- ניץ, אזוי צו זאָגן, אין מאָראליש-עטישן אס- פּעקט... ווען ניט דער יוביליי אײַערער, װאָלט איר דאָך מיר הײַנט די בלעטלעך ניט אומ- געקערט?
--- מיסטאמע ניט...
-- זעט איר, איך האָב געטראָפן.. װוער זשע װועט פונדעסטוועגן איצט מיר העלפן? דאָס ארטיקל איז באשטעלט, אײַער סטיל וייסט מען שוין אלס מײַן סטיל..
בא רודניצקין האָט שוין געזאָלט זיך אראָפּ- רײַסן פון דער צונג, אז ער װעט דאָס ארטיקל יאָ מאכן. נאָר ער האָט אויסגעהאלטן כאראק- טער. ער איז ארויס פונעם קאבינעט אָן די בלעטלעך. אנדריי איוואנאָוויטש האָט אים נאָכ- געקוקט מיט א צוייענדיקן געפיל, --- ס'איז גע- ווען א פארדראָס און ס'האָט אויך האנאָע גץ-
סאָן,. װאָס א מענטש איז אף די אויגן געװאָרן
אן אנדערער.
מיט רודניצקין איז געװאָרן שווערלעך צו ארבעטן. אף שריט און טריט האָט ער געמאכט באמערקונגען. אויב עמעצער האָט געזאָגט א גראָב װאָרט, האָט ער אים אָפּגעהאקט: אװי שעמט איר זיך ניט?" דער טעכניקער ליאָניע סידאָרענקאָ האָט געהאט א טעווע אָפט אָפּצו" בעטן זיך פון דער ארבעט אָדער ער האָט בי- כלאל זיך ניט אאָפּגעבעטן?, אופגעהויבן זיך פון אָרט און אומבאמערקט ארויסגעשארט זיך פו- נעם צימער, איבערלאָזנדיק אפן טיש צעװאָר- פענע פּאפּירן, אלס איידעס, אז ער איז דאָ. פריִער האָט רודניצקי א פּאָר מאָל אים אופ- מערקזאם געמאכט דערוף, אָבער אזוי שוואך און טמימעסדיק, וי ניט ליאָניע װאָלט געלאָפן פון דער ארבעט, נאָר ער, רודניצקי. איצט, ווען ער האָט דעם באָכער געפּאקט בא דער ווינדע, בייס יענער האָט שוין געזאָלט אריינ- שפּרינגען אין קאבינע און פארהאקן דאָס טירל, האָט סאָלאָמאָן יעקוסיעליעװויטש גע- שווינד אויסגעשטרעקט די האנט און אים א צי געטאָן צו זיך,
9ט
-- ס'איז נאָך דרײַ שאָ ביזן סאָף פונעם ארבעטס-טאָג, װוּהין זשע לויפט איר?-- האָט ער שטרענג אים געפרעגט, און אין א האלבער שאָ ארום איז געהאנגען אף דער וואנט א בא- פעל מיט אן אויסרייד לעאָניד סידאָרענקאָן. אן אנדערער מיטארבעטער, װאָס האָט פריִער זייער געװאָלט, אז רודניצקי זאָל ארויסטרעטן אלס אן אָפּאָנענט אף דער פארטיידיקונג פון זײַן דיסערטאציע, האָט איצט געטראכט און איבערגעטראכט, מוירע געהאט, צי װעט מען אים טאקע ניט באשטימען, כאָלילע, פאר איי- נעם פון די אָפּאָנענטן. מיט דער דיסערטאציע האָט רודניצקי שוין באוויזן זיך צו באקאנען און זײַן מיינונג וועגן איר האָט ער דעם די" סערטאנט ארױסגעזאָגט גאנץ אָפן.
-- ס'איז א גרינטלעכע ארבעט, נאָר ס'איז נאָך רוי. איר דארפט פארפעסטיקן די אױס- פירן מיט א פּאָר נײַע עקספּערימנטן.
--- ס'איז גרינג אײַך צו זאָגן, סאָלאָמאָן יעקוסיעלעוויטש, ,נאָך א פּאָר עקספּערימענטן". ס'איז דאָך נאָך א פּאָר יאָר.
-- אָבער פון אײַלעניש קומט קיין גוטס ניט ארויס. טוט אזוי, װי איך אייצע אײַך.
;א גליק, װאָס איך ארבעט ניט אומיטלבאר אין זײַן אָפּטײ?ל, אניט װאָלט ער מיר שוין אף דער איצטיקער סטאדיע פארשניטן",---האָט דער דיסערטאנט געהאט כאָטשבי א קליינע טרייסט.
--- וויפל איז רודניצקין נאָך פארבליבן ביז דער פענסיע?-- האָבן אייניקע געװאָלט וויסן,
--- װאָס הייסט ---וויפל? נאָך גאנצע צען יאָר. ס'איז דאָך אָקאָרשט אים געװאָרן פופ- ציק.
-- דארף מען נאָך, ווארטן...
-- עפשער קלײַבט ער זיך אװעקפאָרן?
--- פארװאָס זאָל ער אװעקפאָרן? װאָס איז אים שלעכט?
-- ער איז געװען א גאָלדענער מענטש, דער יוביליי האָט אים געפּאטערט.
אזוי האָבן גערעדט צװוישן זיך די מיטאר- בעטער, וועלכע ער האָט גערופן צו אָרדענונג, געמאכט זיי באמערקונגען, געגעבן אויסריידן, זיי האָבן מיט אומגעדולד געווארט, אז ער זאָל זיך ,אויסגליטשן? און זײַן געצװוּנגען אוועק- גיין פון דער ארבעט.
די שטרענגקײַט זײַנע,. די אָפענע, ניט- צװײידײַטיקע מיינונג, וועלכע ער האָט איצט געזאָגט יעדערן, האָבן אים אליין יעדעס מאָל געקאָסט ניט װינציק געזונט, און ער האָט גע- האט פון דעם גרויסע איבערלעבונגען.
-- הײַנט האָב איך דערװאָרבן זיך נאָך א סוינע, -- האָט ער מיט א ביטער געפיל דער- ציילט אין שטוב דער פרוי זײַנער, ---איך בין
הייסט עס, אזויפיל
344
ארױיסגעטראָטן אף דער אלגעמיינער פארזאמ- לונג פונעם גאנצן אינסטיטוט און האָב שארף קריטיקירט דעם געלערנטן סעקרעטאר אונד- זערן. איך האָב אים דערמאָנט, ויאזוי צוליב אים איז אמאָסקין ניט געװאָרן עלטערער לא- באָראנט, װײיַל ער האָט געדארפט אף אָט דעם אָרט אײַנאָרדענען אן אנדער מענטשן.
-- דו ביסט דאָך געװאָרן א מעשוגענער! -- האָט געזיפצט מאריע סאמױלאָװונע.-- טו נאָר א קוק, װאָס עס איז פון דיר געװאָרן. א האל- בער מענטש. דאר און קוואר. דו עסט ניט, דו שלאָפּסט ניט. א מענטש דארף מען טאקע זײַן, אָבער צופיל מענטש, א מענטש מער, וי אלע אנדערע טאָר מען אויך ניט זײַן
--- װאָס הייסט בא דיר-- צופיל מענטש?
-- זיך אליין קאָן מען ניט אריבערשפּרינ- גען, -- האָט זי געענטפערט.--איך קען דיך דען ניט? ניט דו ביסט דער מענטש, װאָס זאָל ארויסטרעטן אומעטום און אָנװײַזץ אף כעס- רוינעס. וילסט זיך איבערמאכן, נאָר סאיז איבער דיינע קויכעס.
--- איך וויל ניט קיין סאך, איך וויל אזוי, וי טשעכאָוו האָט געשריבן ---ארױיסשלאָגן פון זיך דעם קנעכט. קיין קנעכטשאפט איז בא אונדז לאנג שוין ניטאָ, אָבער קנעכטשאפט אין אונדז אליין,. אין אונדזער אופירונג,. אין די געוװינהיײַטן איז נאָך פארבליבן. ס'איז פאר- בליבן עפּעס א מוירע, ויל איך ניט מוירע האָבן, װײַל אן ערלעכער מענטש האָט ניט פאר װאָס און פאר וועמען מוירע צו האָבן.
-- דו רעדסט ריכטיק, וועגן דעם שרײַבט מען אלע טאָג אין די צייטונגען, אָבער דו זעסט דאָך,. װאָס עס טוט זיך בא דיר גופע אין אינסטיטוט. פריער האָט מען דיך ליב גע- האט, איצט קאָן מען דיך ניט אָנקוקן!
--- ווער קאָן מיך ניט אָנקוקן?
-- זאָגסט דאָך אליין, אז דו האָסט סאָנים, פריִער האָסטו געהאט נאָר פרײַנט.
-- איז דאָס טאקע געווען מײַן כיסאָרן. אָן סאָנים קאָן מען,. װײַזט אויס, ניט האָבן קיין עמעסע פריינט. קעדיי אלע זאָלן זײַן דײַנע פריינט, דארף זײַן בלינד דאָס אייגענע גע- וויסן.
--- ווילסט אלעמען איבערמאכן?
--- אלעמען װעל איך ניט קאָנען און ניט אלע נייטיקן זיך אין דעם, אָבער זיך וויל איך איבערמאכן. .
-- נו, נו, זאָל דיר, שלוימע, נאָר גאָט העלפן. זע נאָר, ס'זאָל מיר ניט אויסקומען אָפּצופירן דיך אין א קליניק פאר נערוון-קראנ- קע, פּראָסט גערעדט, אין א מעששוגאָיִם-הויז.
ער האָט ניט אופגעהערט צו זײַן אף דער ארבעט זייער א שטרענגער. מיט דער גאנצער הארבקייט האָט ער אָנגעוויזן די צייכנערן ווא-
ליע אפן פעלער, װאָס זי האָט דערלאָזט אין איר צייכענונג: אויב מע װאָלט דעם פעלער ניט באמערקט און ס'װואָלט אוועק אין טעכני- שער דאָקומענטאציע אף דער בווּנג, װאָלט געקאָנט דערנאָך געשען אן אוואריע.
-- אף דער ארבעט דארף מען טראכטן וועגן דעם, װאָס מע טוט, און ניט פון זײַטיקע זאכן, -- האָט ער געזאָגט אן אופגעבראכטער.
בא וואליען האָבן זיך אָנגעגאָסן די אויגן מיט טרערן. זי האָט אים ניט געענטפערט א װאָרט. שפּעטער האָט ער זיך דערװוסט, אז אייערנעכטן איז בא איר געשטאָרבן די מוטער.
;און איך האָב איר געזאָגט, אז זי קלערט וועגן זײַטיקע זאכן... פריער װאָלט זי מיר גע- וויס דערציילט װעגן איר אומגליק, איצט-- אלע האָבן געװוּסט, נאָר איך ניט..--- האָט ער מיט הארצווייטעק געטראכט.--איך בין דאָ געװאָרן א פרעמדער"..
אויב פריער האָט ער געמיינט, אז ער טוט אלץ ריכטיק, אזוי װי מע דארף טאָן, האָט ער איצט גענומען זיך קווענקלען. און פּונקט אזוי װוי אין יענער שלאָפּלאָזער נאכט נאָכן יוביליי- אָװונט האָטס ער בא זיך געהאט באשלאָסן צו ווערן אן אנדערער, אזוי האָט ער איצט, ווידער אין א שלאָפּלאָזער נאכט, באשלאָסן ווערן דער פריִערדיקער ---א שטילער, א ווייכער, א נאָכ- גיביקער. װוידער הערן באָריס מאטווייעוויטשעס נארישע געשיכטעס און אנעקדאָטן, שטיין צו- זאמען מיט אים אין א רעדל און אונטער- שמייכלען און לאכן, ווען ס'לאכט זיך ניט... ניט פאָדערן בא קיינעם, נאָר בעטן, אזוי װוי מע בעט טאָן א טויווע. דעם געלערנטן סעקרעטאר װעט ער דארפן זאָגן, אז ער האָט דאן אף דער פארזאמלונג איבערגעכאפּט די מאָס און ער בעט אים אנטשולדיקן, װאָס ס'האָט זיך בא אים ארויסגעכאפּט א צו שארף װאָרט. דעם
דירעקטאָר, אנדריי איוואנאָוויטשן,. װעט ער געבן אָנצוהערן, אז ער איז גרייט וידער נעמען בא אים זײַנע אאָנגעװאָרפענט" זײַטלעך...
אינדערפרי, ווען ער איז געקומען אף דער ארבעט, האָט ער, נאָך זײַענדיק אין אָנהײב פון קאָרידאָר, דערזען דאָס רעדל מיט באָריס מאטווייעוויטשן אינדערמיט. יענער האָט עפּעס דערציילט און מע האָט געלאכט. רודניצקי האָט ארופגעצויגן אפן פּאָנעם א שמייכל, -- ער האָט שוין געשמייכלט באצײַטנס און דערמיט גע- װאָלט װײַזן, אז ער איז אויך גרייט צו הערן און צו לאכן, אָבער וי נאָר ער האָט זיך דער- נעענטערט, איז מען אנשוויגן געװאָרן, בא אלע- מען זײַנען געװאָרן ערנסטע פּענעמער, און
מער וי וויטשן.
אין צימער, װוּ ס'ארבעטן די צייכנער, איז ער צוגעגאנגען צו וואליען און פרײַנטלעך זיך באגריסט מיט איר. דאָס מיידל האָט זיך אַנגע- כמורעט, אים גאָרניט געענטפערט און ווידער געפירט מיטן צירקול און רייספעדער איבערן וואטמאן-בויגן,
באטאָג האָט אים ארויסגערופן צו זיך דער דירעקטאָר.
-- א גאנץ פּעקל אָנקלאָגעס זײַנען אָנגע- קומען אף אײַך, -- האָט אנדריי איוואנאָוויטש אים געגעבן צו וויסן. ---איר האָט, דוכט מיר, סאָלאָמאָן יעקוסיעליעוויטש, איבערגעבויגן דעם שטעקן.
-- אין דעם בין איך זיך מוידע, סאיז בעעמעס אזוי, -- האָט רודניצקי זיך אָפּגערופן.
-- איר זײַנט, װײַזט אויס, א מענטש מיט עקסטרעמקייַטן. אָדער -- אָדער. --- האָט װײַטער אָנגעװיזן דער דירעקטאָר.
רודניצקי האָט געפּרוּווט אופכאפּן, צו װאָס עס פירן אנדריי איוואנאָוויטשעס רייד, און איי- דער יענער האָט געזאָגט דאָס, װאָס רודניצקי האָט זיך געריכט צו דערהערן, האָט ער אליין געזאָגט:
-- איך האָב פארלאָרן אין מײַן אָפּטײלונג דעם אװטאָריטעט. ס'וועט מיר אויסקומען אײַך צו בעטן, אנדריי איוואנאָוויטש, אן ארבעט אין אן אנדער אָפּטײל, זאָל זיַין אפילע אף א נידע- ריקערער, איידער איצט.
-- באליידיקט זיך ניט, סאָלאָמאָן יעקו- סיעליעוויטש, נאָר פריִער האָב איך טאקע ניט איין מאָל געטראכט, אז מע דארף אייך צונעמען פונעם אָפּטײל. פאר א פארוואלטער האָט איר ניט געטויגט. אָבער איצטער טויגט איר אאָ. כ'וועל אײַך זאָגן נאָך מער---אײַער מיינונג האָבן מיר פּריִער װײיניק-װאָס געשאצט, װײַל מיר האָבן געװוּסט, אז צו זאָגן אָפן דאָס, װאָס איר מיינט, װעט איר ניט ואגן. איצט זײַט איר נייטיק אין אונדזער אינסטיטוט פיל מער, איידער פריִער.
-- איך בין אײַך זייער דאנקבאר, װאָס איר האלט מיך אונטער. -- רודניצקי איז אנשוויגן געװאָרן, דערנאָך האָט ער געזאָגט:--- גיט מיר די בלעטלעך פון אײַער ארטיקל. כויל עס מאכן צו אײַער יוביליי,
-- מיטן גרעסטן פארגעניגן װאָלט איך אײַך געגעבן, -- האָט זיך צעלאכט אנדריי אי- וואנאָוויטש, -- נאָר כ'האָב שוין אליין ווי-עס- איז אָנגעשריבן. איך האָב געכאפּט אײַער שניט...
בא אלעמען, בא באָריס מאטוייע-
39
ניט באשערט...
איינער פון זיי, סערגיי קאָנסטאנטינאָ- וויטש, האָט אָנגעפירט מיט א גרויסער אינ- דוסטריַעלער פארייניקונג, דער אנדערער, איסאק לאזארעוויטש, איז אין דער זעלבער פארייניקונג געווען א שערער. די שערעריי האָט זיך געפונען אפן אונטערשטן שטאָק, באם אריינגאנג אין וועסטיביול, אין א זײַטיקן ניט גרויסן צימער. סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש האָט ליב געהאט אליין זיך צו גאָלן, אָבער איין מאָל אין כוידעש איז ער געקומען אונטערשערן זיך צו איסאק לאזארעוויטשן, און דער שערער האָט אים דעמלט באויזן זײַן גאנצע מײַס- טערשאפט. א מײַסטער איז ער געװען א גרויסער, עקסטרא-קלאס, און װי ער אליין האָט דערציילט, איז ער איינער פון די דריי מאָסקװער פאריקמאכערס, ועמען מע מעג אָנפארטרויען דעם סאמע שוערן" קאָפּ. דעם גרעסטן פּליך װעט מען קוים ארויס- זען, די גרעסטע שישקע װעט מען קוים בא- מערקן נאָכדעם, װי ס'האָט געהאט מיט זיי צו טאָן איסאק לאזארעוויטש. דער שעף, סערגיי קאָנסטאנטינאָוויטש, האָט זיך ניט גענייטיקט, אז מע זאָל איבער זײַן קאָפּ באזונדערס א סאך האָרעװען -- פארדעקן, פארגלעטן, פארפּוצן נאקעטע ערטער. ער האָט געהאט א פײַנע שעוועליורע -- שווארצע איבערגעפלאַכטענע מיט גראָװע, האָבן זיך די האָר זיינע גע- קרײיזלט און צוגעגעבן כיין דעם אויסדרוקפולן פּאָנעם. דער שערער האָט זיי געמאכט נאָך שענער, נאָך כיינעוודיקער. דער שעף האָט גע- דאנקט, איסאק לאזארעוויטש האָט געשײַנט פון פארגעניגן, און דערמיט, איגנטלעך, האָט פריער די פריינטלעכע באקאנטשאפט געהאט זיך באגרענעצט צווישן זיי,
איצט זײַנען זיי פּענסיאָנערן. ס'האָט אזוי געטראָפן, אז אף פּענסיע זײַנען ביידע אװועק אין איין און דעם זעלבן טאָג. אפן דריטן שטאָק, אין באנקעט-זאל, האָט מען ארויסבא- גלייט סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטשן. ס'האָבן זיך צוזאמענגענומען זײַנע שטעלפארטרעטערס, אנ- דערע פאראנטװאָרטלעכע טוער, ס'זיינען ביי- געווען פאָרשטייער פון מיניסטעריום. אפן ערשטן שטאָק, אויך אין א שיינעם זאל, אָבער א קלענערן, האָבן זיך צונויפגעקליבן די מיט- ארבעטער פון דער וירטשאפטלעכער פאר- וואלטונג -- עקספּעדיטאָרס, וועכטערס, אופרא- מערס, קוריערן, גארדעראָבשטשיקעס. די רע- דעס, וועלכע מע האָט געהאלטן דאָ און דאָרטן, האָבן זיך אונטערשיידט אין ניװאָ און מאס- שטאב. אפן העכערן שטאָק האָט מען איבער-
0
גערעכנט די גרויסע פארדינסטן פון א מענטשן אין מאסשטאב קימאט פון א גאנצן אינדוסט- ריִע-צװײַג אין לאנד; אפן ערשטן שטאָק האָט מען גערעדט וועגן א באשיידענעם מיטארבע- טער, אָבער די װוּנטשן זײַנען געווען איינע און די זעלבע. װאָס קאָן מען נאָך ווינטשן עלטערע מענטשן, כוץ און דעריקער, אז מע זאָל זײַן גע- זונט, האָבן נאכעס פון די דערוואקסענע קינ- דער און אונטערוואקסנדיקע אייניקלעך, דער- לעבן ביז צו אורייניקלעך, ניט האָבן קיין אג- מעסנעפעש, אין פריידן פארברענגען דעם פאר- דינטן אָפּרו. און ביידן, סײַ סערגיי קאָנסטאנ- טינאָוויטשן, סײַ איסאק לאזארעוויטשן, איז געווען אָנגענעם צו הערן די גוטע ווארעמע ווערטער, און ס'איז זיי אויך געווען טרויעריק- לעך אפן הארצן, -- אנדערש קאָן מען זיך ניט פילן בייס אזעלכע ארויסבאגלייטונגען. וען ניט דאָס הארץ, װאָלט סערגיי קאָנסטאנטינאָ- וויטש ניט פארלאָזט זײַן פּאָסטן, ער האָט שוין געהאט צוויי הארץ-אטאקעס, און די דאָקטױ- רים האָבן קאטעגאָריש געפאָדערט, ער זאָל זיצן אינדערהיים, לעבן רוַק, ניט נערווירן ניט מאכן קיין איבעריקן טראָט. דער געזונט- צושטאנד האָט אויך אונטערגעפירט איסאק לא- זארעוויטשן. ער װאָלט קיינמאָל ניט אוועק אף פּענסיע, װען די הענט װאָלטן בא אים ניט גענומען אונטערציטערן. פופציק יאָר האָבן זי פעסט געהאלטן דאָס שערל א דאָס גאָלמע- סער, ביז זיי זײַנען שלאף געװאָרן, װי ס'ווערן שלאף די הענט בא מעלקערנס.
אף מאָרגן באטאָג האָבן די צוויי נײַע פּענ- סיאָנערן, סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש און איסאק לאזארעוויטש, זיך באגעגנט אף א גרין שטע- געלע אין וואלד הינטער מאָסקװוע. זיי זײַנען ארויס אין איין צײַט אף א שפּאציר. סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש האָט דאָ, נעבן וואלד, א שיינע זומער-ווינונג, איסאק לאזארעוויטש האָט אינעם זעלבן ייִשעוו מיט יאָרן צוריק גע- קויפט א שטיבל מיט א סעדל און ער האָט דאָ אויך א דאטשע.
-- א גוט-העלף, סערגיי קאָנסטאנטינאָ- וויטש! -- האָט איסאק אים באגריסט.
-- א גוט-העלף!-- יענער האָט זיך איינ- געקוקט אינעם מענטשן, וועלכער האָט אים אָפּגעגעבן באָרעכהאבע. ער האָט אים ניט גלײַך דערקענט, אזוי איז ער געװען פאר- טראכט, פארטיפט אין זיך. פּאָשעטע מענטשן גייען אוועק אף פּענסיע און ווייסן ניט די ער- שטע צײַט, װוּ זיך אהינצוטאָן, הײַנט א מענטש, וועלכער האָט פארנומען אזא פּאָסטף
ער האָט ועגן װאָס צו טראכטן און אין װאָס פארטיפערן זיך!
-- אך, דאָס זײַנט איר...-- סערגיי קאָנ- סטאנטינאָוויטש איז געווען אין א פארלעגנ- הײַט, װאָס ער האָט ניט דערקענט דעם אלטן שערער. -- אנטשולדיקט מיר, אנטשולדיקט..--- האָט ער געבעטן, װי ער װאָלט באגאנגען א גרויסע אוולע.-- די געדאנקען האָבן מיך א ביסל פארטראָגן. דאָ איז אזוי גוט אין וואלד, נאָר איך גיי צום טײַך. איך בין א פארברענ- טער פישפאנגער. --- האָט ער דערקלערט. -- און איר כאפּט ניט קיין פיש?
-- ביז איצט האָב איך ניט געכאפּט.
-- א שאָד. ס'איז א גרויסער פארגעניגן, און דער קאָפּ רוט אָפּ, און די נערוון שטילן זיך אײַן. איר זײַנט, דוכט מיר, אויך נעכטן אוועק אף פּענסיע?---האָט סערגיי קאָנסטאנטינאָ- וויטש געפרעגט.
-- יאָ. איך בין אָנגעקומען אינעם זעלבן יאָר, ווען איר זײַנט געװאָרן אונדזער שעף..
---צוזאמען געקומען, צוזאמען אוועק... צוויי וויכטיקסטע דאטעס אין א מענטשנס לעבן-- ווען מע קומט אָן ארבעטן און ווען מע גייט פון דער ארבעט אוועק.
איסאק האָט בא אים א פרעג געטאָף
--- איר ווייסט, סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש, אז מיר זײַנען מיט אײַך שוין גאָר-גאָר פונ- לאנג באקאנט, לאנגאָניקע שכיינים?
-- יאָ, אוואדע פונלאנג און טאקע שכי- נים... -- סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש האָט אויס- געדרייט דעם קאָפּ אף צוריק, אזוי וי ער װאָלט זיך געריכט צו דערזען צווישן די ביימער זײַן דאטשע און נאָך א שטוב דערבײַ, אף וועלכער ס'וועט אָנװײַזן דער פּאריקמאכער און זאָגן, אז אָט אין יענער שטוב ווינט ער.
--- כ'מיין שכיינים נאָך פון א סאך פריער. איר זײַנט דאָך פונעם דאָרף הלינישטשי?
-- יאָ, פון הלינישטשי. פונוואנען וייסט איר?
-- דאָס ווייסן אלע. בייס די וואלן אין אוי- בער-ראט איז געהאנגען אף דער וואנט אײַער ביאָגראפיע.
-- און איר זײַנט פונוואנען?-- האָט סער- גיי קאָנסטאנטינאָװויטש געפרעגט.
--- פינף קילאָמעטער פון הלינישטשי איז געווען א שטעטעלע טשאָרנע.
-- געהערט... טשאָרנע... בא אײַך איז גע- ווען א קלוב, און איך בין פרי געװאָרן א רעד- נער. ניט איין מאָל דאָרטן ארױיסגעטראָטן.
-- און נאָך אײַערע רעדעס,-- האָט אים איסאק דערמאָנט, --- פלעגן מיר ארויסטרעטן מיט א ספעקטאקל. איך בין דאן געווען אן ארטיסט, געשפּילט אין דראמקרייזל. איין מאָל
האָבן מיר זיך פאָטאָגראפירט צוזאמען-- די ארטיסטן מיטן רעדנער, דאָס הייסט מיט אײַך.
--- מיט מיר? אינטערעסאנט. -- סערגיי קאָנ" סטאנטינאָוויטש האָט זיך פארכידעשט, װי מע װאָלט אים אפן לעבן נאָך ניט געהאט פאָ- טאָגראפירט. --- די פאָטאָגראפיע האָט זיך בא אײַך פארהיט?
-- זי הענגט בא מיר אף דער ואנט און איך װײַז אלעמען,. װער ס'קומט ארײַן. איך גרויס זיך דערמיט.
-- דאָס איז שוין איבעריק --אלעמען וײַזן... אָבער ווען מע זאָל מיך פרעגן, וויאזוי װאָלט איך געלעבט, ווען די יאָרן זאָלן זיך אומ- קערן צוריק, װאָלט איך געזאָגט: כ'וואָלט ווי- דער געפאָרן אין שטעטל טשאָרנע האלטן רע- דעס, כ'װואָלט ווידער אין 1919-טן אוועק אין א רויטארמיייישן אָטריאד, ווידער דערנאָך אָנגע- קומען לערנען אין ארבפאק, אין אינסטיטוט, געווען א נאטשאלניק פון א צעך... כ'װואָלט פון קיין איין שטופע אין מײַן לעבן זיך ניט אָפּ- געזאָגט. נאָר די בעסטע צײַט איז פונדעסט- וועגן די יוגנט, א?
-- בא מיר איז די ביַאָגראפיע ניט קיין רייכע, -- האָט געזאָגט איסאק.--אלע מײַנע יאָרן בין איך געווען א פּאריקמאכער. מילכאָ- מע-צייט איז בא מיר אין רוקזאק, כוץ די זאכן, וועלכע זיינען געלעגן בא אלע סאָלדאטן אין די רוקזעקלעך, אויך נאָך געווען א שער- מאשינקע, א שפּיגעלע... בייס די פּריוואלן אין וואלד האָב איך אייניקע מאָל געעפנט מײַן שע- רעריי. צו מיר האָט מען זיך פארשריבן אין דער ריי, װוי מע פארשרייבט זיך אין די שטעט צו א גרויסן פּראָפּעסאָר--מיט א כױידעש פריער. נאָך דער פארווונדונג אפן פראָנט בין איך געלעגן אין א שפּיטאָל, און ווען מע האָט מיך דאָרטן אונטערגעהיילט און מע האָט אָנ- געשריבן אין מײַן ספּראווקע,. אז איך בין 611 211111611110 קיזס, בין איך אין שפּיטאָל געבליבן ארבעטן, געװואָרן א שטאטנער שערער בא די פארוונדעטע, און דאָרטן ערשט בין איך געװאָרן א מײײַסטער. שערן און גאָלן פאר- ווונדעטע איז ניט פון די גרינגע זאכן, מע דארף דאָס קענעי
אזוי זײַנען זיי געגאנגען, דער געוועזענער שעף און דער געועזענער פּאריקמאכער, און האָבן גערעדט צווישן זיך, דערציילט א ביסל איינער דעם אנדערן זייער לעבן. זיי זיינען צוגעקומען צום טייך. עס קורסירט דאָרטן א שיפל, װאָס היט, אז מע זאָל זיך ניט באָדן דאָס אָרט איז געמאָלדן אלס א סאניטארע זאָ- נע. סערגיי קאָנסטאנטינאָװויטש האָט פאנאנ- דערגעלייגט זיינע פישפאנג-מאכשירים, פאר- װואָרפן די ווענטקע אין טײַך און אוועקגעזעצט זיך אף א גלאטן שטין, אף וועלכן ער איז,
37
װײַזט אויס, שוין ניט איין מאָל געזעסן. איסאק האָט זיך אוועקגעזעצט לעבן אים,
פישפאנגער האָבן ניט ליב צו ריידן, ווען זי טוען זייער מעלאָכע. זיי האָבן, אפּאָנעם, מוירע, אז די פיש װעלן פון די רײידערײַען זיך איבערשרעקן און מאכן פּלייטע פון דער ווענטקע. סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש האָט גע- שוויגן, דאָס גלעקעלע, װאָס דארף זיך צעקלינ- גען, ווען א פישל כאפּט זיך ארײַן, האָט אויך געשטומט. איסאק, װי ער אליין װאָלט אױיך געכאפּט פיש, האָט אופמערקזאם נאָכגעשפּירט נאָך יעדן קנייטשל פון דער שפּיגלדיקער ווא סער-אויבערפלאך, נאָך יעדן בלעזל, װאָס װערט אינדערנאָענט פון דער װענטקע אפן וואסער געבוירן, נאָך יעדן שאָקל פונעם גלע- קעלע, װאָס דארף ברענגען די גוטע בסורע.
דער שמועס בייסן שפּאציר אין וואלד און דאָס זיצן שװײַגנדיק באם פלאכן זאמדיקן טײַדיברעג האָבן אָט די צויי פארשיידענע מענטשן דערנעענטערט איינער צום צוייטן.
דאָס, װאָס פריִער האָט דעם שערער ניט געלייגט זיך אפן זינען און ער האָט ניט גע- גלייבט, אז ס'זאָל קאָנען פון דעם עפּעס ארויס- קומען, איז איצט אין זײַנע אויגן געווען שוין גאָרניט אזוי אומגלייבלעך און אומעגלעך. פארװאָס ניט? די עלטער גלײַכט אס אין ייִכעס. וואדיק, איסאקס אייניקל, איז שוין אלט איין און צוואנציק יאָר. פאראיאָרן האָט וואדיק געהאט א לונגען-אָנצינדונג מיט נאָכװײענישן און געמוזט אין אינסטיטוט נעמען אף א יאָר צײַט אן אקאדעמישן אורלויב. איז ער געזעסן א גאנצן ווינטער און פרילינג אף דער דאטשע און געלערנט, קעדיי ניט אָפּצושטײן פון זײַן קורס. אין די דאטשע-צימערלעך איז ווארעם, ליכטיק, געמיטלעך. שאבעס און זונטיק קומען צו פאָרן די עלטערן, און אינדערװאָכן כאפּט זיך אראָפּ די באָבע לײיע, איסאקס פרױ, זי ברענגט אלץ, װאָס דאָס אייניקל דארף. וואדיק האָט אזוי ליב געקראָגן די דאטשע, אז ווינטער, בייס די גרעסטע זאווערוכעס און שנייען, פאר- לאָזט ער זי אויך ניט. אין איינעם א טאָג, ווען מע האָט ניט געקאָנט ארויסגיין אין דרויסן, דער װינט האָט געשמיסן פון אלע זײַטן און א גליטש---ניט צו שטעלן א טראָט, איז דער באָבע לייען געװאָרן א ראכמאָנעס אף וא- דיקן -- ער זיצט אליין אין וואלד, און ס'האָט פאר דער נאכט אזויפיל אָנגעשאָטן און אָנגע- ווייעט הורבעס שניי בא דער דרויסנדיקער טיר, אז ער װעט זי אפילע ניט קאָנען עפענען ארוסצוגיין. הייבט זי זיך אוף, לייע, און פאָרט אף דער דאטשע. זי קומט צו פאָרן--- די טיר איז פארשלאָסן. וואדיק איז ניטאָ. נאָך א שליסל האָט זי זיך ניט דערטראכט מיטצונעמען. אין די שכיינעסדיקע דאטשעס זעט מען ניט קיין
8
לעבעדיקן נעפעש. די הינט בילן ניט, ליגן אין די קאָנורעס. די באָבע האָט ווי-עס-איז אויס- געטאָפּטשעט א סטעזשקעלע און גייט אום הין און צוריק--ניט צו פארפרוירן װערן-- פון דער טיר ביז דער קאליטקע און פון דער קא- ליטקע ביז צו דער טיר. צוויי שאָ איז זי אזוי אומגעגאנגען, געווארט און זיך ניט דערווארט. א דורכגעפרוירענע, א צוגעקילטע, האָט זי זיך אומגעקערט אין שטאָט. אף מאָרגן נאָך דער ארבעט איז געקומען צו פאָרן דער זיידע, דאָס הייסט ער, איסאק,
-- װוּ ביסטו דאָס נעכטן געגאנגען אין דער זאווערוכע? -- פרעגט ער וואדיקן.
-- איז. וואלד, -- ענטפערט וואדיק. --- דאָרטן איז געווען שטיל. מע האָט דעם װינט אפילע ניט געפילט.
--- אליין האָסטו שפּאצירט?
-- ניין, מיט זינקען.
--- ווער איז דאָס זינקע?
-- א מיידל. לעבט דאָ אויך א גאנצן ווינ- טער אף דאטשע.
-- שפּאצירט איר צוזאמען?
-- די לעצטע צײַט נאָר צוזאמען --ענט- פערט וואדיק און קוקט אפן זיידן, קװענקלט זיך, צי זאָל ער זאָגן, אָדער ניט זאָגן. ער בא- שליסט זאָגן,
-- נעכטן האָבן מיר זיך צונויפגערעדט, אז מיר האָבן כאסענע.
-- געפונען א צײַט, ווען צונויפריידן זיך וועגן אן ערנסטער זאך, אין אזא געווירבל, ווען פונעם װינט האָט פארכאפּט דער אָטעם און ס'איז שװוער געווען אויסצוריידן א װאָרט,-- האָט דער זיידע געפּרוּװוט פארוואנדלען דעם אייניקלס ווערטער אין א שפּאס. אָבער וואדיק ענטפערט גאנץ ערנסט:
-- איך זאָג דאָך, אז אין וואלד איז געווען שטיל, א מינדסט ווינטל ניט--און די אוגן באם באָכער לײַכטן, מע זעט, אז ער איז גליק- לעך.
-- ווער איז זי... זינקע?
-- א סטודענטקע פון אינסטיטוט אף סורי- קאָווס נאָמען.
-- װאָס איז דאָס פאר אן אינסטיטוט?
-- מע גרייט דאָרטן מאָלער.
--- וועט זי זײַן א מאָלערן?
-- יאָ, זי איז זייער א פעיקע,
-- און ער זײַנען אירע עלטערן?
--- פּראָגרעסיווע מענטשן, -- ענטפערט ער.-- דער טאטע איז א דירעקטאָר פון א זאװאָד, די מאמע--א פּראָפּעסאָר אין טעק- סטיל-אינסטיטוט, פארוואלטערן פון א קאטעד- רע.
-- מעכוטאָנים -- געהויבענע. זיי האָבן נאָך
קינדער, כוץ זינקען?--- װויל שוין איסאק אלץ וויסן גענויער.
-- זי איז בא זיי אן איין:און-איינציקע. נאָר לעבן לעבט זי די גאנצע צײַט באם זיידן.
--- ווער איז דער זיידע?
-- דער זיידע איז אויך א פּראָגרעסיוער מענטש, -- לאכט ער, וואדיק.---א מענטש א גרויסער.
-- װאָס הייסט א גרויסער? א מיניסטער?
--- האָסט, זיידע, געטראָפן. קימאט א מיני- סטער.
--- און װוי רופט מען אים, דײַן מיניסטער?
-- סערגיי קאָנסטאנטינאָװויטש. דו וייסט אים זייער גוט. ס'איז שוין עפשער צואנציק צי דרייסיק יאָר, וי דו שערסט אים און גאָלסט אים. װאָס קוקסטו אף מיר אזוי, זיידע, און װוּנדערסט זיך? אויב ער איז א גרויסער נא- טשאלניק, קימאט א מיניסטער, טאָר איך ניט כאסענע האָבן פאר זײַן אייניקל?
-- מעגסט, אואדע מעגסטו. פארװאָס ניט?-- האָט איסאק געענטפערט. -- אין אונד- זערע צייטן שפּילט שין ניט קין ראָליע ייכעס-שמיכעס. פונדעסטוועגן... פונדעסטוועגן... אז סערגיי קאָנסטאנטינאָװיטש קומט ארײַן צו מיר אין פּאריקמאכערסקע און זעצט זיך אף דער קרעסלע, פארגעס איך א מינוט ניט, װוער איך בין און ווער איז ער.
-- און איך, אז איך קום צו זינען אף דער
א גרוס פון
קינדװײַז האָט זיאמע שלעכט זיך געלערנט, ניט געפאָלגט די עלטערן, די לערער. א לײַט איז פון אים אויך ניט געװאָרן, ווען ער איז אויסגעוואקסן. מיט צאָרעס האָט ער פארענדיקט אכט קלאסן, און װײַטער לערנען ניט געװאָלט, ער האָט אויך ניט געװאָלט ארבעטן אין א קאָמפּאניע כעוורע ליידיקגייער, אזעלכע, וי צֶר, האָט ער אין די אָװונטן געשפּילט אף דער גי- טארע און געשפּיגן דורך די ציין אף א װײַטן מעהאלעך אזוי קונציק, אז פארבייגייער האָבן זיך אומגעקוקט, צי איז די שפּײַעכץ ניט ארוף אף זייער בעגעד. אין די פריִערע יאָרן איז ער געווען פארשריבן אין קינדער-צימער פון מי- ליציע, דערנאָך האָט אף אים געהאלטן דאָס אויג דער מיליציאָנער פון באצירק. קיין גניי-
דאטשע, --- האָט וואדיק באמערקט, -- זעץ איך זיך דאפקע אוועק אין איר זיידנס קרעסלע.
איסאק האָט דערנאָך געזאָגט צו זײַן לייען:
--- צוליב אזא שידעך האָט געלוינט, אז דו זאָלסט א ביסל פרירן אפילע אין יענער זא- ווערוכע אין דרויסן...
...דער שידעך איז אָבער ניט צו שטאנד געקומען. דאָס פּאָרל איז אָפּגעקילט געװאָרן איינער צום אנדערן, און ניט אזוי די קאלע צום כאָסן, װי דער כאָסן, דאָס הייסט, וואדיק, צו דער קאלע. וואדיקן איז שטארק ניט גע- פעלן געװאָרן, װאָס זי האָט מיט גרינגשעצונג זיך אָפּגערופן וועגן זײַן זיידן, א זאָג געטאָן ;וויאזוי קאָן מען דאָס א גאנצן לעבן זײַן א פּאריקמאכער... ס'איז דאָך אזוי מינדערווערטיק און אומעטיק... ער האָט ניט געקאָנט אױיסקלײַבן זיך אן אנדער פאך?"
וואדיק האָט איר אָפּגעענטפערט, און זי אים. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן געפינען בא איר כוץ גרויסהאלטערישקײַט, נאָך אנדערע כעסרוינעס. און זי האָט שוין בא אים אויך גע- פונען כעסרוינעס.
דעם זיידן,. דעם אלטן פּאריקמאכער, האָט דאָס פונדעסטוועגן א ביסל פארדראָסן. /, ס'איז ניט באשערט, אז אין אונדזער מישפּאָכע זאָל זיײַן קימאט א מיניסטערס אן אייניקל", -- האָט ער געטראכט, זיצנדיק באם טײַך צוזאמען מיט סערגיי קאָנסטאנטינאָוװיטשן.
דער טאָכטער
וועס איז ער ניט באגאנגען, זייגערס פון דער האנט און היטלען פון קאָפּ ניט אראָפּגעריסן, אָבער מע האָט געקאָנט זיך ריכטן, אז ער װעט דאָס טאָן, װײַל דעם טרונק האָט ער שוין ליב געקראָגן, און אפן ביטערן טראָפּן באדארף מען געלט. די מאמע זײַנע, יעלענא גריגאָריעװנא, איז א לאבאָראנטקע אין לאבאָראטאָריע פון דער ראיאָנער פּאָליקליניק. זי נעמט צו אינ- דערפרי די פלעשעלעך בא די כֹאלאָים און מאכט דערנאָך אנאליזן. א שטילע אָרנט- לעכע פרוי, אן אגונע, דער מאן האָט זי פארלאָזט מיט אייניקע יאָר צוריק, איז ניט געווען בעקויעך איינצונעמען דאָס געראָ" טענע זונדל אירס. זי האָט געפּרוּווט אופווירקן אף אים מיט געויין, מיט געבעט, און אז דער
39
געדולד האָט געפּלאצט, האָט זי אזוי געשריען, אז מע האָט געהערט אין די ארומיקע הײַזער;
--- פונוואנען האָסטו זיך גענומען אזא הול- טײַ אף מײַן קאָפּ? בעסער װאָלט איך געשטאָרבן, איידער איך האָב דיך געהאט, איך האָב דאָך ניט קיין קויעך צו לײַדן פון דיר, וויפל בושע און ווייטעק איך טראָג אריבער, כוועל פאר דער צײַט אוועקגיין פון דער וועלט!
אף דער מאמען האָט ער ראכמאָנעס גע- האט, און ווען זי האָט געשריִען און געויינט, איז ער גרייט געווען פאלן צו אירע פיס און שווערן, אז פון איצט אָן װעט ער שוין זײַן אן אנדערער און קײנמאָל ניט פארשאפן אגמעס- נעפעש. ס'האָט געטראָפן, אז ער איז דערנאָך בעקיוון צוויי טעג ניט ארויס אין דרויסן, קע- דיי ניט צו טרעפן זיך מיט די יונגען, די פרײַנטלעך זײַנע. זיי האָבן ארופגעקוקט אינ- דערהייך צו זײַן פענצטער אפן זעקסטן שטאָק און גערופן אים:
-- זיאמע, קום ארויס! װאָס האָסטו זיך בא- האלטן?
ער האָט פונדעסטוועגן געפּרוּווט ניט ארויס- גיין, זײַנען זיי ארײַן צו אים. די מאמע איז געווען אף דער ארבעט. זיאמע האָט מעכאבעד געווען די געסט מיט אלץ, װאָס די מאמע האָט געהאט פארגרייט אין אײַזקאסטן, ס'איז אויך ארויסגענומען געװאָרן דאָס פלעשל װײַן-- אן אלט פלעשל ,מאדערא", װאָס די מאמע האָט עס געקויפט מיט א צײַט צוריק, און זי האָט עס געהאלטן, וי זי װאָלט זיך געריכט אף א מענטשן, וועלכער מוז פריִער אָדער שפּעטער אומבאדינגט אהער ארײַנקומען און זי וועט דארפן אים מעכאבעד זײַן מיט גוטן װוײַן. זיאמען האָט זי אָנגעזאָגט:
-- כ'באשווער דיך, דו זאָלסט דאָס פלעשל ניט אָנרירן!
א סאך מאָל איז בא זיאמען געווען גרויס דער יעיצערהאָרע יאָ ;אָנרירן", אָבער ס'האָט אים אָפּגעהאלטן, װוי פון פארשוועכן א היילי- קײַט בא אים האָט דאָס פלעשל ארויסגערופן אן אומקלאָרע פארנעפּלטע האָפענונג, אז דער טאטע װעט זיך אומקערן. די כעװורעלײַט האָבן דערזען אין אײַזקאסטן דאָס פלעשל, און ס'איז בא זיי ניט געווען קיין שום צוייפל, אז דאָס מוז גלײַך אוועקגעשטעלט וערן אפן טיש. זיא- מע האָט זיך געקווענקלט, האָבן גענומען פליען ווערטער, וועלכע האָבן אים געטראָפן מיט זײַן קרענקלעכער אייגנליבע, אזוי װוי שטיינער אין הארצן.
-- קארגוטש, אזוי נעמסטו אוף געסט? אויב ס'ציטערן בא דיר די הענט, װעלן מיר אליין נעמען. -- און מע האָט גענומען. דער באלע- באָס האָט געבראכט קעלישקעס. אין א מינוט איז די זיסלעכע געשמאקע פליסיקײַט אויסגע-
40
טרונקען געװאָרן. זיאמע צוזאמען מיט די כעוו" רע איז ארויס אין דרויסן. שפּעטער, אינאָוונט, האָבן זיי אָפּגעשטעלט א פארבייגייער, אין די מיטעלע יאָרן, מיט בלייכע באקן און אין ברילן, זיי האָבן בא אים געבעטן א דרײַערל, און יע- נער האָט אָן שום רייד דאָס דרײַערל דער- לאנגט, אָפּגעטראָגן זיך אפגיך, מע זאָל אים ניט געבן א טערעבענץ פונהינטן. מע האָט נאָך בא- וויזן צו קויפן אין מאגאזין א פלעשל בראנפן, זיאמע האָט זיך אומגעקערט אהיים שפּעט בא- נאכט. ניט אופצוּוועקן די שכיינים, האָט די מאמע געשטיקט אין זיך די געשרייען און דאָס געוויין. אין מיליציע האָט מען, וי מיט יעדן פון די יונגעלײַטלעך פון דער קאָמפּאניע, גע- האט אויך מיט זיאמע ליעפּינסקין זייער אן ערנסטן געשפּרעך. מע האָט אים געװאָרנט:
-- אָדער -- אָדער. אָדער דו ווערסט, זיאמע ליעפינסקי, א מענטש, קומסט אָן ארבעטן לערנען, אָדער מיר שיקן דיך ארויס פון קאלי- נין אזוי ווײַט, אז דו װעסט ניט געפינען דעם וועג אף צוריק.
מיט א געלעכטערל, אזוי וי אף א קאטאָ- וועס, איז ער אָנגעקומען ארבעטן אין דער הויז- פארוואלטונג,. א באהעלפער בא די שלאָסערס. זיאמע האָט אָנגעהויבן ארומגיין צוזאמען מיטן שלאָסער, פעטער איגנאט, אזוי וי אן אדיו- טאנט בא אן עלטערן קאָמאנדיר, געטראָגן דאָס קעסטל אינסטרומענטן און מיט גרויס כיישעק געלאָפן נאָך א פלעשל בראָנפן, ווען דער פע- טער איגנאט האָט אִים געשיקט. אָבער אז דער אדיוטאנט האָט געװאָלט נאָך, האָט דער קאָ- מאנדיר אים צוריקגעהאלטן;
-- דער טאָג איז נאָך גרויס און מע דארף זיך נאָך האלטן אף די פיס,
אָן פלײַס און אָן ברען האָט דער נעפעש פונדעסטוועגן זיך אויסגעלערנט פאריכטן א קראן, דורכרייניקן א טרויב, ארײַנשטעלן א נייעם שלאָס, מאכן אן ,אייגל" אין א טיר, אז די באלעבאָסטע זאָל זען דעם מענטשן, וועלכער וויל ארײַנגיין אין שטוב. אין א יאָר ארום האָט דער פעטער איגנאט זיך באטראכט און אוועק ארבעטן אין אן אנדער אָרט, און זיאמע איז געװאָרן אן ערשטע פידל אין ,זשעק", אן אָנ- געזעענער מענטש, ניט וייניקער אָנגעזעען וי דער אוטשאסטקאָווע דאָקטער און וי דער פּאָטשטאליאָן, װאָס ברענגט פּענסיע. א שלאָ- סער איז אין גרויסן דעפיציט, א גאָלדענע מאט- בייע. די אײינװווינער פון די הײַיזער טראָגן זיא- מען דעם גוטמאָרגן און גוט-העלף אנטקעגן אף א מײַל. שטוב-באלעבאָסטעס ווייסן ניט, וויאזוי זיסער צו ריידן מיט אים.
-- זיאמעטשקע, ביסט דאָך אזא ווילער, אזא טײַערער, האָסט אזעלכע גאָלדענע הענט, זי זאָלן שטענדיק זײַן געזונט בא דיר..
ס'רינט װידער דער קראן, וועלכן דו האָסט אייערנעכטן פאריכט. קום ארײַן, טו א טויווע.
גוטע װערטער. אוב זיי זײַנען אפילע ניט אינגאנצן אופריכטיקע, א גוטער זאָג, א ווארעמערער בליק העלפן אמאָל פונדעסטוועגן אויך. דער באָכער האָט זיך גענומען מענטש- לען. אינאָװונט, ווען זיאמע גייט ארויס אין זײַן אימפּאָרטנעם אָנצוג-- דאָס זוניק:העל פּיך- זשאקל איז מיט קוואדראטע לאצן און די אקס- לען זײַנען הויך אָנגעבעט, אזוי װי בא א גע- נעראל, ס'פעלן נאָר אקסעלבאנט; די צויי אונטערשטע, צוויי אייבערשטע און צוויי אינ- ווייניקסטע קעשענעס פארשליסן זיך אף פינק- לענדיקע בליץ-שלעסלעך; ס'פינקלען די שלעס- לעך אויך אף די הויזן, קיין איין קנעפּל אף א רעפוע: דער שניפּס אפן קראגן פון דער מאָ- לעריש-שיינער אויבערהעמד איז פארבונדן, אָפּהענגיק פון דער לעצטער מאָדע, אין זייער א ברייטן אָדער זייער א שמאָלן קנופּ; די פֹּאָ- דעשוועס פון די שיך זײַנען פון קינסטלעכן קאוטשוק און האלטן די גרעב א האלבן דעצי- מעטער; דאָס פּאָנעם -- גוט אָפּגעגאָלט, די האָר אפן קאָפּ פײַן צוגעקעמט, א קוטשמעלע בא- רעמלט דעם שטערן און ס'שפּילט מיט דעם א ווינטל... ס'איז דאָ אף ועמען צו קוקף א באָכער ניט ערגער, אויב ניט נאָך בעסער, פון אנדערע. פריִער האָט ער אף מענטשן ניט גע- קוקט, איצט קוקט ער יאָ, און מיידלעך האָבן אָנגעהױבן זיך פארקוקן אף אים. ער האָט זיך אָבער נאָר פארקוקט אף איינער א סטו- דענטקע, וועלכע איז געקומען צו פאָרן פון לענינגראד אף די זומער-קאניקולן אהיים צו די עלטערן. ווען ער האָט זי דערזען צום ערשטן מאָל אין הויף, איז ער געװען א ביסל שי- קערלעך. ער האָט א לאנגע װײַלע געהאלטן אָנגעצילט אף איר א פארווונדערטן בליק.
-- איך האָב אײַך קיינמאָל ניט געזען דאָ, בא אונדז, -- האָט ער זיך אָנגערופן מיט א מין טײַנע צו איר און צו זיך אויך, װאָס ער האָט זי ביז איצט ניט געזען אין קיין איין דירע, איבער וועלכע ער האלט זײַן שלאָסערישע האשגאָכע. -- מע רופט מיך זיאמע, --- ער האָט אויסגעשטרעקט די האנט צום באקאנען זיך.
-- אנא, -- האָט זי זיך אָפּגערופן.
דער נאָמען איז אים שטארק געפעלן גע- װאָרן. ניט אניע, ניט אנקע, נאָר אנא. ;אנא קארענינא", האָט ער זיך דערמאָנט. דעם ראָמאן האָט ער ניט געלייענט, נאָר געזען דעם פילם לויטן ראָמאן, און ס'האָט זיך אים פארגעדענקט, וי אנא ווארפט זיך אונטער די רעדער פון א פראכט-צוג.
אין פארגלײַך מיט אים, אן אױיסגעפּוצטן אין בגאָדים העכסט מאָדערן, האָט אנעס קליי- דונג אויסגעזען גאנץ באשיידן. א מאנטעלע,
שוין ניט קיין נײַס, און פּאָשעטע שטיוועלעך אף די פיס, מיט קורצלעכע כאָליעווקעס, און אָן איין צופּוצעכץ אף זיי, אָן איין פליטערל, װאָס זאָלן באװײיַזן זייער טײײַערקײַט. און דאָס פּאָנעם אירס, א בלייכלעכס, א ביסל אפילע אָפּגעצערט, און די אויגן, מיט וועלכע זי האָט געגעבן א קוק אף אים, זײַנען ניט געווען קיין יאָמטעװדיקע, האָבן ניט געשיינט. ס'איז גע- ווען א פּאָשעט מיידל, װאָס האָט זיך מיט גאָר- ניט אויסגעצייכנט פון די אנדערע מיידלעך אין הויף,. עפשער פארקערט, זי האָט ניט אויסגע- שפּילט, נאָר פארשפּילט אנטקעגן זיי.
-- אין אוועלכן הויז און אין אוועלכער דירע וװווינט איר?-- האָט ער מײַסע באלעבאָס גענומען זיך נאָכפרעגן בא איר.
-- איר מוזסט דאָס ויסן?--האָט זי א שמייכל געטאָן.
--- איך ווייס דאָ אלץ און אלעמען.. און בא אײַך אין שטוב בין איך געוויס אויך געווען.
ארײיַנלאָזן זיך אין א געשפּרעך מיט אים, ווער און װאָס איז ער, האָט אנא ניט געװאָלט און זי האָט זיך געלאָזט גיין װײַטער.
נאָר ער האָט זיך ניט צעשיידט מיט איר, ער איז מיטגעגאנגען.
-- איר אײַלט ערגעץ -- האָט ער געפרעגט,
-- איך אײַל, -- האָט זי קורץ געענטפערט.
-- און איך אײַל ניט. דער ארבעטסטאָג האָט זיך פארענדיקט. פארװאָס זשע האָב איך פריִער אײַך ניט געזען?--- האָט זיאמע אלץ זיך ניט געקאָנט מויכל זײײַן און זיך געװוונדערט.-- פונוואנען זײַנט איר געקומען, אזוי וי פון הימל אראָפּגעפאלן.
-- כ'בין געקומען פון לענינגראד, כ'לערן דאָרטן אין אינסטיטוט.
א צוייענדיקער געפיל איז געווען בא אים צו איר פון דער ערשטער מינוט--ער האָט זיך געפילט נידעריקער פון איר: אז ס'איז א קלוג פארשטאנדיק מיידל האָט ער אופגעכאפּט לויטן אויסדריקלעכן פאָרשנדיקן בליק, װאָס זי האָט גלײַך פון אָנהײיב א װאָרף געטאָן אף אים, ער האָט אָבער אויך זיך געפילט העכער, אלס מענטש, אף וועלכן אזא סטודענטקעלע קאָן זיך שטיצן. ווען ער האָט געקוקט אף איר מאנ- טעלע און אף אירע שטיוועלעך, האָט ער גע- טראכט, אז מיסטאמע האָט זי ניט אָפּגעגעבן אן עקזאמען און מע האָט זי אראָפּגענומען פון סטיפּענדיע. בלייך איז זי, האָט ער בא זיך באשלאָסן, װײַל זי עסט אין דער סטודענטי- שער סטאָלאָװקע. ער האָט אף איר ראכמאָנעס געהאט, א זעלטן געפיל, װאָס אויב ס'איז בא אים געווען אמאָל, איז נאָר צו דער מאמען.
בא א האלבער שאָ האָבן זיי שפּאצירט אהין און צוריק איבער דער גאס און זיך אומ- געקערט אין הויף, נאָך ניט אינגאנצן באקאנט
1
צווישן זיך און נאָך האלב-אָפּגעפרעמדטע, נאָר ביידע זיכערע, אז מע װועט מאָרגן ווידער זיך טרעפן, מע איז דאָך אין איין הויף.
אף מאָרגן האָט אנא אומגעקערט זיך אהיים שפּעט אינאָוונט. די עלטערן האָבן בא איר גע- פרעגט, װווּ איז זי געווען, און זי האָט געענט- פערט: ,מיט זיאמען אין קינאָ". א צווייטן אָוונט איז זי געווען מיט זיאמען אין פּארק, מע האָט געטאנצט צוזאמען אף דער טאנץוועראנדע, און זי האָט געזאָגט, אז אין קאלינין טאנצט מען בעסער, װוי אין לענינגראד.
אנא איז בא טאטע-מאמען געווען אן אייע- ציק קינד, א באסיעכידע. דער טאטע--יורי (יודל) מאָיסייעוויטש איז געװוען א בוכהאל- טער, די מאמע -- יודיף באָריסאָוונע,. אויך א בוכהאלטער; זיי װאָלטן געקאָנט ארבעטן צו- זאמען אין איין אָרט, זיצן און כעזשבענען בא א טיש לעבן א טיש, נאָר סזאָל ניט אויס- קומען ,,מישפּאָכעדיקײַט* איז מען געווען בא- שעפטיקט אין פארשיידענע אנשטאלטן. בא בוכהאלטערס איז דער פארדינסט ניט קין גרויסער, און אויב זיי ווילן זײַן ערלעכע מענטשן, דארפן זיי זיך ניט פארקוקן אף טיי- ערע גארניטורן, זעלטענע כפייצים. יורי און יודיף האָבן זיך ניט פארקוקט. די צווייצימער- דיקע דירע זייערע איז געווען מעבלירט גאנץ באשיידן, אין דער שאפע זײַנען געהאנגען בגאָדים אלטע א סאך מער, איידער נייע. אָבער אפן לעבן האָט דער ארבעטסלוין גע- קלעקט, מע האָט נאָך אוועקגעליגט א ביסל געלט אף א ביכעלע אין דער שפּאָרקאסע. אפן ערשטן זײַטל פונעם ביכעלע איז געשטאנען א שטעמפּל 328621280 (בעיערושע). סאיז ניטאָ די זאך אין שטוב, װאָס ס'וועט מיט דער צײַט ניט יארשענען דאָס ליב קינד, די איינ" ציקע טאָכטער אנא, אָבער דערווייל פארגעסט מען זי אויך ניט, טאטע-מאמע האלטן זיך באם קלאל, אז ס'איז בעסער צו געבן פון ווארעמע הענט, איידער דערנאָך זאָל דאָס ביסל גוטס ארויספאלן פון א האנט א קאלטער, פארגלי- ווערטער. קיין לענינגראד האָט מען אָפט גע- שיקט קעסטלעך מיט געשמאקן און דערהופּט נוצלעכן, רײַכן מיט וויטאמינען, עסנווארג. די שפּײַזיקעסטלעך זיינען געווען אין דער מאמעס רעשוס, זי האָט געקראָגן די נייטיקע פּראָדוקטן, זי האָט געבאקט געבעקסן, קאָנסערװירט קאָמ- פּאָטן. דער טאטע איז געגאנגען אף דער פּאָטשט אוועקשיקן געלט-איבערװײיזונגען. ער האָט געהאט א גרויסע האנאָע אָנצושרײַבן מיט זײַן אויסגעצייכנטן האנטשריפט דעם נאָמען און פאָטערנאָמען פון דער טאָכטער. און ס'איז ניט געווען בא די עלטערן קיין גרעסער גליק און גרעסערע פרייד, ווען אנא, אניעטשקע איז גע- קומען אהיים אף קאניקולן. אָבער יעדן מאָל
42
האָבן זיי געהאט הארצווייטעק, ווען זיי האָבן געטאָן אף איר א קוק. מאָגערלעך, בלייכלעך.
-- זאָג מיר נאָר,. קינד מײַנס, -- פרעגט מיט אן אומעטיקן שמייכל די מאמע, -- אין לענינגראד איז נאָך אלץ די בלאָקאדע?
-- די בלאָקאדע איז ניטאָ,---ענטפערט אניעטשקע, -- אָבער פארגעסן וועגן איר האָט מען ניט.
--- פארװאָס האָסטו זיך ניט געקיפט א ניַעם מאנטל,--פרעגט דער טאטע,--מיר האָבן דיר דאָך ארויסגעשיקט געלט אף דעם, און דו האָסט אליין געשריבן, אז דו װוילסט קויפן...
-- איך האָב זיך שוין געקליבן גיין אפן ניעווסקי פּראָספּעקט אין אוניווערמאג, --- דער- ציילט אנא. -- איך גיב א קוק אין בײַטעלע-- דאָרטן האָב איך שוין א פּשיק.
די עלטערן פרעגן ניט, אף װאָס זי האָט פארטאָן דאָס געלט, זיי ווילן ניט באליידיקן זי מיט א מינדסטן פאָרװוּרף, מיט אן אומפאָרזיכ- טיק װאָרט, װאָס קאָן זיך אראָפּקײַקלען פון דער צונג,
-- די קיכעלעך, װאָס איך האָב דיר אין דער לעצטער פּאָסילקע געשיקט, זײַנען דיר געווען געפעלן?-- וויל וויסן די מאמע.
-- יאָ, מאמע, זייער געפעלן. זיי זײַנען געווען אזעלכע געשמאקע. אין צוזאמענוווינונג האָט מען זיי שטארק געלויבט.
די עלטערן, די בוכהאלטערס, וילן פונ- דעסטוועגן דערגרונטעווען זיך צו א שטיקל כעזשבן, און דער טאטע פרעגט:
-- געדענקסטו כאָטשבי, וועמען און וויפל געלט דו אנטלײַסט. אז מע גיט, דארף מען פארשרײיבן אין א ביכעלע, װעמען מע האָט געגעבן, מע זאָל ויסן, בא ועמען דערנאָך אָפּצונעמען.
-- פארשרייבן פארשרייב איך ניט, טאטע, איך געדענק אזוי. כ'האָב אײַך געשריבן, אז איך לעב מיט נאָך דרי מיידלעך אין אונדזער צימער און אז ס'איז בא אונדז א קאָמונע.
-- פון קאָמונעס האָט מען זיך שוין אָפּגע- זאָגט. יעדערער קריגט אזויפיל, וויפל ער פאר- דינט, -- באמערקט דער טאטע.
-- אז מיר װועלן פארדינען, װועט יעדער פון אונדז קריגן זײַן פארדינסט לויט זײַן ארבעט. דערװײַל קריגן מיר סטיפּענדיע. סויעטלאנע האָט אף דער וינטערדיקער סעסיע אָפּגעגעבן שלעכט די עקזאמענעס און מע האָט זי אפן גאנצן סעמעסטער אראָפּגענומען פון סטיפּענ- דיע, אָבער גיין עסן אין סטאָלאָװוע האָט זי געדארפט?
--- מיר זײַנען אויך ניט קיין נעגידים, דו ווייסט דאָס. -- זאָגט שטיל די מאמע.
-- דאָס גאנצע געלט אפן מאנטל האָסטו
דאָך סוועטלאנען ניט אָפּגעגעבן,.---פּרװוט ארײַנטראָגן א קלאָרקײַט דער טאטע.
-- איך ווייס אליין ניט, װוּהין ס'איז זיך צעקראָכן, כוץ אונדזער צימער איז פאראן נאָך צימערן,. מע קומט ארייַן און אָפּזאָגן קאָן מען ניט, וויבאלד ס'איז דאָ אין בײַטעלע.
-- נו, הערסטו, טאָכטערקע, בא דיר איז שוין גאָר אזוי, װי מענטשן װעלן לעבן באם קאָמוניזם. דיר גיט מען אויך?
-- אז כ'וועל דארפן, װועט מען געבן. --- האָט אנא שטרענג, א ביסל אפילע מיט א קאס, פאר- ענדיקט דעם געשפּרעך, און ניט דער טאטע, ניט די מאמע האָבן ניט געפּרוװוט אים בא- נײַען, קעדיי ניט צו נערווירן זי. מע האָט אף אָט דער טעמע מער ניט אויסגערעדט א װאָרט, ניט געװאָלט אײַנעסן זיך דער טאָכטער אין די ביינער. איז אָבער אופגעקומען א נײַע זאך, וועלכע האָט שטארק באומרױיקט די עלטערן און שװײַגן האָבן זיי ניט געקאָנט. זיי איז גאָר ניט געווען צום הארצן, װאָס אנא פארברענגט די אָװונטן מיט זיאמען. דעם דריטן אָוונט, ווען זי האָט זיך אומגעקערט שפּעט אהיים און זי האָט געזאָגט, אז זי איז געווען מיט זיאמען אֶף דער װאָלגע, געפאָרן מיט אים הין און צוריק אין אן אָװנטיקן שפּאציר-מארשרוט אף א דאמף-שיף , מעטעאָר* און ביידע האָבן געהאט גרויסן פארגעניגן פון דער קורצער רײַזע, וועלכע איז דורכגעפלויגן, וי איין מינוט, האָט די מאמע ניט אויסגעהאלטן, און דער טאטע איז אויך ניט געווען בעקויעך מער צו שװײַגן.
-- ווייסטו כאָטשבי, װוער זיאמע איז?-- האָט די מאמע געפרעגט.
-- איך ווייס, מאמע. ער איז א שלאָסער.
-- און מער ווייסטו פון אים גאָרניט? האָסט מער גאָרניט געהערט?
-- איך האָב געהערט. מײַנע כאווערטעס דאָ האָבן מיר דערציילט.
-- װײַזט אויס, אז ניט אלץ האָבן זיי דיר דערציילט. אניע, דו ביסט דאָך א קלוג מיידל, איך און דער טאטע פארשטייען ניט, װאָס האָ- סטו דערזען אין אים, און װאָס האָט דער שי- קער, דער גאָרנישט, וועלכער איז געוען א װאָס אין דער קאָרט פריער און איצט איז ער דאָס אויך,. דערזען אין דיר. איר זײַנט דאָך װײַט איינער פונעם אנדערן, װי דער הימל פון דער ערד.
--- פארשיידענע פּאָליוסן, מאמע, ציִען זיך צו, --- האָט אנא געלאכט.
איצט האָבן די עלטערן שוין געװאָלט, אז זי זאָל גיכער אװעקפאָרן קיין לענינגראד, זי וועט זיאמען ניט זען און פארגעסן וועגן אים, און ער װעט פארגעסן וועגן איר. דעם הולטײַ איז, װײַזט אויס, אָנגענעם, װאָס ער שפּאצירט
מיט א סטודענטקע פון לענינגראד. און זי, די מעשוגענע, איז צופרידן, װאָס ס'איז איר אין די אָװנטן ניט אומעטיק. ווען זיי ועלן זײַן פונדערווייטנס, װעט דער מעשוגאס דורכ- גין,
ס'האָט זיך געדוכט, אז אזוי איז דאָס טאקע. זי איז אוועקגעפאָרן קיין לענינגראד, און פון אירע בריוו אהיים, צו די עלטערן, איז אפילץ מיט א װאָרט, מיט אן אָנדײַט ניט געווען צו זען, אז זי אינטערעסירט זיך מיט זיאמען, קיין איין מאָל ניט נאָכגעפרעגט זיך, ניט דער- מאָנט זײַן נאָמען. אים האָט זי אויך ניט גע- שריבן. דאָס האָבן זיי געװוּסט אף זיכער. אויב זי װאָלט געשריבן, װאָלטן זיי געװוּסט, זיאמעס מאמע װאָלט דערציילט.
זיאמעס מאמע, יעלענא גריגאָריעוונא, זי וװוינט אינעם אנטקעגנדיקן הויז, ווען זי האָט דערזען, אז זיאמע פארברענגט איין אָװונט און א צווייטן אָװונט, און א דריטן ניט באם ביר- פּאוויליאָן, צװישן זײַנס גלײַכן, ער איז צוגע- זאָטן געװאָרן צו דער סטודענטקע, וועלכע איז געקומען פון לענינגראד, איז קיין גליקלעכע- רער מענטש פון איר ניט געווען אף דער וועלט. זי איז אופגעריכט געװאָרן. זי האָט דערפילט, אז א ליכטיקער שטראל האָט אריין- געשײַנט צו איר אין שטוב. זי האָט זיך גץ- גרייט, װי צו א יאָמטעװו צו יענער שאָ, װעו זיאמע װעט עפשער ארײַנפירן דאָס מיידל װײַזן זײַן װוינונג. מיט א צײַט צוריק האָט זי גע- קויפט ניט קיין טײַערן טעפּיך, א פּאָר מאָל אױסגעשפּרײט אפן די?, און מער ניט. ער איז געלעגן א צונויפגעדרייטער בא דער טיר פון באלקאָן. א טעפּיך זאפּט אײַן שטויב, מע דארף אים יעדן מאָל שלעפּן אויסקלאפּן אין דרויסן, זיאמע האָט אים איין מאָל אויסגעקלאפּט און מער ניט געװאָלט דאָס טאָן, און ביידע, סײי דער זון, סײַ די מאמע, זײַנען געקומען צום באשלוס, אז אזא זאך, װי א טעפּיך, איז אין זייער שטוב אן איבעריקע זאך. ווער גייט צו זיי? אין יענע טעג, ווען אנא איז געקומען צו פאָרן, איז אין איינעם א זונטיק דער טעפּיך געװאָרן אױסגעשפּרײיט אפן דיל. עמעס, דאָס מיידל איז טאקע דאן ניט ארײַנגעקומען אין שטוב, אָבער א שטיקל יאָמטעװו איז געווען דער גאנצער טאָג, װײַל די מאמע האָט געװוּסט, אז זיאמע איז אוועקגעפאָרן מיט אנען אף אן עקסקורסיע קיין מאָסקװע, אן אװטאָבוס װעט זײי ארומפירן איבער די צענטראלע מאָסקװער גאסן און פּלע- צער. ווען זיאמע האָט זיך אומגעקערט אהיים און זי האָט געפרעגט בא אים, צי די עקסקור- סיע איז געווען א גוטע, האָט ער זי ארומגענו- מען און געענטפערט:
-- זייער א גוטע, מאמע, ס'איז געווען איין פארגעניגן.
43
און איר איז אויך געװאָרן אזוי האָט אויך געהאט אזא פארגעניגן..
זי האָט געפּרװוט זיך באפרײַנדן מיטן מיידלס עלטערן, מע איז פריער געווען בא- קאנט, װי מע איז באקאנט מיט שכיינים, וועל- כע װוינען אין א גרויסן הױיף מיט א סאך הײַיזער. מע באגעגנט זיך, ווען מע לויפט אינ- דערפרי אף דער ארבעט און פארנאכט פון דער ארבעט, מע טרעפט זיך אויך, װוען מע טראָגט די עמערלעך מיסט צו די קאָנטיינערס; אמאָל טוט מען א שאָקל איינער צום אנדערן מיטן קאָפּ, אמאָל קומט מען אָפּ אָן דעם אויך. איצט האָט יעלענא גריגאָריעוונא אזוי פרײַנטלעך געשאָקלט מיטן קאָפּ צו די בוכהאלטערס, אזוי ליב געשמייכלט צו זיי, אקוראט װי זי װאָלט געגארט, זיי זאָלן פאר איר אױסשרײַבן עפּעס זייער א ווערטפולן טשעק, א מין װעקסל פון אָנקומענדיקע גליק און פרייד. אָבער דאָס בוכ- האלטערישע פּאָרפאָלק האָט זייער קארג, זייער אײַנגעהאלטן אָפּגעענטפערט איר מיט א קוים- קוים צוריקשאָקל מיטן קאָפּ, וי דער קאָפּ וועט אראָפּפאלן, אויב מע װועט עטװאָס בעסער אים א נייג טאָן. אין א פּאָר טעג ארום נאָך דעם, װוי אנא איז אװועקגעפאָרן, האָט זיאמעס מאמע פונדעסטוועגן איינמאָל אָפּגעשטעלט זיי, ליב און ווארעם א שמייכל געטאָן:
-- אוועקגעפאָרן אײַער טאָכטער?
-- אװעקגעפאָרן.
-- און ס'איז אוואדע אומעטיקער געװאָרן אין שטוב... -- האָט יעלענא גריגאָריעוונא גע-
גוט, זי
אין יאנוואר, בייס די ווינטער-קאניקולן, איז אנא אף א װאָך געקומען צו פאָרן אהיים. זי האָט כאווערטעס אין קאלינין, זײַנען זיי אינעם זעלבן טאָג געקומען צו איר און מע האָט זיך געלאָזט גיין צום טײַך אף ליזשעס. אלץ איז געווען גוט, נאָר אף מאָרגן אינדערפרי האָט זי מיט א געלעכטער א פרעג געטאָן אין שטוב:
-- ס'רינט ניט בא אונדז דער קראן?
-- ס'רינט ניט, -- בא טאטע-מאמע האָט פון דער פראגע מיטן געלעכטערל א שטאָך געטאָן אין הארצן.
דאָס האָט אזוי פארדראָסן דער מאמען אז זי האָט באשלאָסן אויסטראכטן א גאנצע מײַסע, א בילבל, אבי די טאָכטער זאָל װוידער ניט פארברענגען די אָװונטן מיטן שיינעם קאוא- ליער. זי האָט דערציילט אנען. אז אין דער קאָנטאָר פון ,זשעק" איז אָנגעקומען ארבעטן א סאנטעכניקער, א יונגע, שיינע און פריילעכע פרוי. ווען ס'טרעפט אן אוואריע, ס'פלאצט א
44
װאָלט פארפירן א געשפּרעך, אָבער דאָס פּאָר- פאָלק איז ניט געווען גענייגט דערצו.
-- ס'איז ניטאָ ווען, ס'זאָל זײַן אומעטיק... אנטשולדיקט, מיר אײילן... -- יודיף האָט גרינג א צי געטאָן דעם מאן באם ארבל, און זיי זיי- נען אוועק װײַטער.
-- ס'האָט זיך באקומען גראָב, אזוי טוט מען ניט.--- האָט יורי מאָיסײיעװויטש געמאכט א באמערקונג דעם װײַב, ווען זיי האָבן איבער- געלאָזט די פרוי אן אָפּהענטיקע און באליי- דיקטע שטיין אין הױיף.
-- זאָל זי ניט מיינען און זאָל זי ניט האָפן, מיר וועלן מיט איר זיך ניט מעשאדעך זײַן. אונדזער טאָכטער װעט נעמען דעם ש- קער, נאָר ווען איך מיט דיר ועלן ליגן אין קייווער!--- יודיף איז געווען אזוי אופגעבראכט, ס'האָט אין איר אזוי געקאָכט, אז זי האָט דאָס אויסגעשריען אין דער הויך. ס'האָט זי ניט געארט, װאָס אין הויף װעט מען הערן. אדע- ראבע, זאָל מען הערן און זאָל הערן דעם טאכ- שיטס מאמע, און אויב ער װעט דאָס אליין הערן, איז אויך ניט שלעכט.
-- שא, װאָס כאפּסטו שוין די פיש פארן עק?-- האָט יורי מאָיסייעוויטש געפּרוּוט זי בארויִקן. -- ס'האלט נאָך ניט דערביי. און װאָס האָסטו צו זײַן מאמען? זי איז גענוג געװאָרן פארשווארצט מיט אים...
--- ווילסטו, אז מיר זאָלן אויך ווערן פאר- שווארצט? מיר צוזאמען מיט אונדזער איינצי- קער טאָכטער??!
טרויב, אָדער ס'געשעט אן אנדער אומגליק, און מע לויפט זוכן דעם שלאָסער, זאָגט מען-- זוכט אים ניט, ער איז בא קאטיען, באם נײַעם סאנטעכניקער.
בא אנען האָט זיך געביטן די פארב אין פּאָנעם, זי האָט געקוקט אף דער מאמען, שטו- מערהייט געבעטן, זי זאָל אופהערן ריידן, נאָר די מאמע האָט ניט אופגעהערט:
-- די רובלס און די דרײַערלעך, וועלכע מע שטופּט אים אין דער האנט אריין נאָך דעם, װי ער האָט בא עמעצן עפּעס:-װאָס פאריכט, ברענגט ער אויס אף קאטיען. מע נעמט זיך צונויף יעדן אָװנט און מע הוליעט.
--- מאמע, האָסט האנאָע, װאָס דו דערציילסט דאָס מיר אזוי גענוי? -- האָט אנא א געשריי געטאָן.
די איבעריקע עטלעכע טעג, װאָס זי האָט פארבראכט אינדערהיים, האָט מען אין שטוב ווייניק גערעדט צוישן זיך, די טאָכטער און
די עלטערן זײַנען אזוי װי פרעמדע געװאָרן א סװאָרע, אז אין איינעם פון די אָװונטן האָט אנא געטראָפן זיך מיט זיאמען, אָבער קיין איין װאָרט ניט דערציילט וועגן דעם אין שטוב. דער טאטע האָט אָנגעהױבן געבן עפּעס א פרעג, האָט אנא אן אופגערעגטע אים איבערגעשלאָגן
-- דיר איז, טאטע, דען ניט אלציינס? די מאמע און דו האָבן דאָך געװאָלט, סזאָל זײַן אזוי, איז דאָס אזוי און איר מעגט זײַן צו- פרידן!
די בריוו, װאָס זי האָט דערנאָך געשריבן פון לענינגראד, זײַנען גאָרניט געווען, װי די פריערדיקע. פריִער זײַנען זיי געווען לאנגע, גענויע,. זי האָט ארויסגעשריבן קלײניקײַטן, וועלכע, זי האָט געװוּסט, ס'אינטערעסירן די עלטערן. איצט -- קורצע טרוקענע בריוולעך, נאָר קעדיי מע זאָל ויסן, אז זי לעבט, איז געזונט, לערנט זיך... און זי האָט שוין אָנגע- זאָגט, אז הײַנטיקס יאָר װעט זי זומער אהיים ניט קומען, צוויי כאדאָשים װעט זי זײַן אין א סטודענטישן בוי-אָטריאד, די איבעריקע צײַט, וועלכע װעט בלײַבן ביזן אָנהייבן לער- נען, װעט זי אָפּרוען מיט סטודענטקעס פון איר קורס, װוּ זיי וועלן אָפּרוען, װעט מען בא- שליסן דערנאָך.
אָבער גאָר אומגעריכט האָבן די עלטערן אָנגעהויבן באקומען פון דער טאָכטער ,לעבע- דיקע גרוסן". פון קאלינין ביז לענינגראד איז ניט װײַט. זיאמע זעצט זיך אריין אין א זונ- טיקדיקן טאָג אינעם עקספּרעס-צוג, װאָס גייט אָפּ פון קאלינין ארום דרײַ אזייגער באטאָג, און אזייגער אכט אינאָוונט איז ער אין לענינ- גראד. דער וועג פון װאָקזאל ביז דער צוא- מענוווינונג אף ליטיינע, װוּ ס'וווינט אנא, דוי" ערט א האלבע שאָ, אזוי אז ס'בלײַבט נאָך, אויב ניט דער גאנצער אָװנט, איז א שטיקל אָוונט געוויס. דאָס ערשטע מאָל, װען ער איז געקומען קיין לענינגראד צו פאָרן, איז קיין אָװונט ביכלאל ניט געווען, און קיין נאכט אויך ניט. ס'איז געווען יון כוידעש, די צײַט פון די װײַסע נעכט. אין דער װײַסלעכער ויר- בלענדיקער ניט-שטאנדהאפטיקער ליכטיקײַט פון ניט-טאָג און ניט-נאכט, האָבן די מויערן; און די בריקן איבער דער ניעווא, און די ניע- ווא גופע, און דער ניעווסקי פּראָספּעקט, די פאלאצן מיט די סקולפּטורן, די דענקמאָלן אף די פּלעצער --אלץ האָט אויסגעזען רעטעניש- פול, רעאל און ניט רעאל. א רעטעניש איז אויך געווען דער באָכער פון קאלינין און די סטודענטקע פון לענינגראד, וועלכע באמערקן ניט, ווען די ליכטיקע ניט רעאלע נאכט הייבט אָן פארביטן וערן אף א ליכטיקן, רעאלן טאָג. דאָס פּאָרל איז געשטאנען באם טשוהונענעם
פּאָרענטש פון דער בריק אפן ניעווסקי פּראָס- פּעקט, און זיאמע האָט גערעדט צו אנען, אזוי שטיל, װי שטיל ס'האָט געמורמלט דס װא- סער אונטערן בריק.
-- ס'איז מיר געװאָרן אזוי אומעטיק אָן דיר... ווען דו זאָלסט װוינען ניט דאָ, אינדער- נאָענט, נאָר װײַט, זייער װײַט, אין וולאדיװאָס- טאָק, װאָלט איך אויך געקומען צו דיר..
-- און זי, די סאנטעכניקערן? -- האָט אויך אזוי שטיל געפרעגט אנא.
-- איך האָב דיר געזאָגט, װוען דו ביסט ווינטער געקומען צו פאָרן אהיים, נאָר האָסט מיר דאן ניט געגלייבט, ביסט אװעקגעלאָפן. פארװאָס ווילסטו מיר ניט גלייבן? װען כזאָל וויס, װער דאָס האָט אויסגעטראכט, װאָלט איך אים דערהארגעט. די סאנטעכניקערן שיקט מיך אף ארבעט, כ'זיץ אמאָל אין קאָנטאָר און רייד מיט איר. אין שטוב בא איר בין איך געווען איין מאָל, װען זי האָט דעם גאנצן ;זשעק" אײַנגעלאדן צו זיך אף איר געבורטס- טאָג,
-- פארענטפער זיך ניט... -- האָט אנא גע- בעטן.
-- איך פארענטפער זיך ניט, נאָר גלייב מיר, אז דאָס איז אזוי.
דאָס אנדערע מאָל איז זיאמע געקומען צו פאָרן, ווען די װײַסע נעכט זײַנען שין ניט געווען. ס'איז געווען א געוויינלעכער אָװונט און א געוויינלעכע נאכט. אנא און די מיידלעך, װאָס װוינען מיט איר אין צימער, האָבן אים אופגענומען זייער פרײַנטלעך. דער גאסט האָט געבראכט געשמאקן געבעקס, װאָס די מאמע זײַנע האָט אויסגעבאקן, און די ,קאָמונע" איז זיך מעכאבעד געווען. מע האָט געטרונקען צו- זאמען טיי. שפּעטער זײַנען אלע ארויס שפּא- צירן אין גאס. זיאמען און אנען האָט מען געלאָזט א ביסל פאָרויס, אָפּגעזונדערט פון די איבעריקע. אנא האָט אים באגלייט ביז דער אײַזנבאן"פּלאטפאָרם. ער איז אװעקגעפאָרן מיטן באנאכטיקן איינסאזייגערדיקן שנעלצוג.
אינדערפרי האָט דער באָכער דעם ערשטן וויזיט אָפּגעשטעקט אנעס עלטערן
-- איך האָב אײַך געבראכט א לעבעדיקן גרוס פון אײַער טאָכטער, -- האָט ער אָנגע- זאָגט די בסורע-טויווע גלײַך אף דער שװעל, און מיט א געניטן אויג געכאפּט שוין דערװײיל א קוק אף די סאניטאר-אײַנריכטונגען אין דער דירע. אים האָט זיך זייער געװאָלט, אז מע זאָל דאָ דארפן עפּעס-װאָס פאריכטן.
;לעבעדיקע גרוסן? פון אנען האָבן אירע עלטערן דערנאָך שוין געקראָגן ניט זעלטענער, וי צוויי מאָל אין כוידעש..
49
שימ שן
ער הייסט שימשן, אָבער א גיבער איז ער ניט. עמעס, א שואכינקער אויך ניט. א נאָר- מאלער מאנצבל, פון מיטעלן װווקס, מיט ניט גאָר ברייטע, אָבער אויך ניט זייער שמאָלע אקסלען, די מוסקולן שפּילן ניט. נאָר זיי זיי- נען אויך ניט קיין שלאבעריקע. א גרויסן זאק וועלן די הענט ניט אופהייבן, נאָר א זעקל פון א צוויי-דריי פּוד איז פאר זיי ניט קיין וועזן. אויסגעצייכנט האָט זיך שימשן מיט זיינע אופ- טוען, א מענטש מיט א קאָפּ, און מיט ענער- גיע, און מיט אָרגאניזאטאָרישע פעיקייטן. איי- ניקע מאָל האָט זײַן דורשט צו בריזנדיקער טעטיקײַט אים פארטראָגן אפילע אין א זײַט, ער האָט איבערגעכאפּט די מאָס, און דאן האָט מען געזאָגט אף אים: ;ער איז דאָך א מעשו- גענער!"
פאר דער מילכאָמע איז שימשן געוען פאָרזיצער פון א קוסטארישער ארטעל-צו- ערשט פון א קליין ארטעלכל, װוּ מע האָט גע- מאכט קאָנווערטן, קארטאָנענע קעסטלעך, שפּץ- טער האָט די איינפאכע קוסטארישע אונטער- נעמונג זיך פארברייטערט. שימשן האָט גע- קראָגן דרײַי ניי-מאשינעס ,זינגער", אוועקגע- זעצט בא זיי זעקס נייטערנס -- צו דריי אין א וואכטע. אף פיר בענקעלעך זײַנען געזעסן שוס- טערס, פאריכט שוכווארג. באם אריינגאנג אין ארטעל איז דער קאָרידאָר, וויפל ס'האָט זיך געלאָזט,. געװאָרן אָפּגעצאמט, און פון דער דרויסנדיקער זייט האָט מען אופגעהאנגען א שילד 32008 ד68081ק, דערנאָך האָט מען אין דער זײַט פון די טרעפּלעך, וועלכע האָבן געפירט אין א קעלער, צוגעקלאפּט א שילדל 4,101 1300108:16116, מיט אן אָנגעמאָלטן גרויסן שליסל. דער ארטעל האָט גענומען געבן ארבעט אף אהיים --- איַינבינדן, שטריקן. שימשן האָט זיך נאָך ניט בארויקט. ער האָט אויסגט- זוכט א צימער מיט א פירהויז פאר א שע- רעריי,. דערװײַל נאָר פאר מאנצבלען, אָבער ס'איז קיין סאָפעק ניט געווען, אז ער װועט אויך עפענען א דאמען"זאל. ער האָט געפונען אן אָרט פאר צוויי מאשיניסטקעס און צוויי מא- שינקעס ---אן אָנהײב פון א מאשיך-ביוראָו וועלכע װועס מיט דער צײַט דרוקן הונדערטער זײַטלעך אין א טאָג. אין שטאָטסאָװעט און אין דער געברויך-קאָאָפּעראציע האָט מען שימשע- נען געלויבט, אונטערגעהאלטן זײַן איניציא- טיוו, נאָר אָפּטמאָל האָט מען דאָרטן בא אים געפרעגט:
-- סאמסאָן באָריסאָװיטש, איר וילט די גאנצע שטאָט אריינעמען אין אייער ארטעל?
460
ארומגעטראָגן האָט ער זיך מיט א פאנטאס- טישן פּלאן, וועלכן אפילע ער אליין האָט קיי- נעם ניט געוואגט אױסצוזאָגן, כוץ דער פרױי זײַנער, אידען. אין די אָװנטן, בא זיך אין שטוב, אין א װײַסער העמד אונטערן ברוינעם זשילעט און אין א ברוין היטעלע, א מין יארמלקע, װאָס ער אליין האָט אופגענייט, ס'איז גרינג און לוסטיק דעם קאָפּ אין א יארמלקע, -- האָטס ער געהאלטן --איז ער ארומגעגאנגען איבערן צימער און פאנטאזירט:
-- איך דארף א שיף. אײַ דארף איך א שיף...
--- װאָס װועסטו מיט דער שיף אופּטאָן;.-- די ברעמען בא אידען האָבן זיך געהויבן ארוף- צו, זי האָט גוטמוטיק, א ביסל מיט כויזעק, געקוקט אפן מאן, וועלכער וויל ווערן א שווי- מער, שווימען איבער יאמען. און שימשן האָט איר ערנסט און גענוי דערקלערט:
-- בייסן בירגערקריג זײַנען אומגעקומען א סאך שיפן, געגאנגען צו גרונט. און אף די שיפן, װי מיינסטו, איז עפּעס געווען? אין אָדעס האָט מען דערטרונקען א גאנצע עסקאדרעי
-- ווארט מען נאָר אף דיר, אף דײַן אר- טעל מיט די דרײַ שניידערקעס און אָנדער- האלבן מאשיניסטקעס, דו זאָלסט די עסקאדרע ארויסשלעפּן? אָן דיר וייסט קיינער ניט און האָט זיך ניט דערטראכט, אז אף די שיפן איז עפּעס געבליבן און מע דארף דאָס פון דאָרטן ארויסנעמען? -- אידע, װי יעדע געטרײַע װײַב, האָט געהאט האנאָע, װאָס זי קאָן דעם מאן לער- נען עטװאָס סייכל, א ביסל קליגער דענקען.
-- מאך מיך ניט פאר קיין נאר און פאר א מענאכעם-מענדל, -- האָט שימשן געהעכערט דעם קאָל. -- כ'ווייס זייער גוט, אז ס'איז פא- ראן א גאנצע אָרגאניזאציע, עפּראָן הייסט זי, וועלכע פארנעמט זיך מיט אזעלכע זאכן. אָבער ארבעט װעט דאָרטן קלעקן ניט נאָר פאר עפּ- ראָן, נאָר פאר יעדן, װאָס האָט א קאָפּ אף די פּלײיצעס און איז בעקויעך מיט עפּעס העלפן איך װאָלט צוזאמען מיט אנדערע אויך זיך גענומען סאָפקאָלסאָף צום ;טיטאניק".
-- װאָס איז דאָס נאָך פאר א דערטרונקע- נער? -- האָט אידע געװאָלט ויסן
-- האָסט ניט געהערט וועגן דער טראגע- דיע פון ,טיטאניק"? איז וועגן װאָס ביכלאל פאראן מיט דיר צו ריידן?
-- אך, דער ,טיטאניק", -- האָט אידע זיך דערמאָנט. -- אוואדע האָב איך געהערט..
-- האָסט געהערט און פארגעסן, און איך געדענק. ;טיטאניק" איז דערטרונקען געװאָרן
אין טויזנט נײַן הונדערט צוועלפטן יאָר אין אָקעאן, -- האָט שימשן געדולדיק גענומען דער- קלערן, -- ס'האָט אױסגעבראָכן א סרייפע, ווען אף די פּאלובעס האָט מען געטאנצט. ס'איז גע- ווען זייער א רײַכע שיף, מיליאָנערן זײַנען אף איר געפאָרן אין א לוקסוס-רײַזע, שטעלסטו זיך פאָר, וויפל גאָלד, בריליאנטן, וויפל טיי- ערסטע צירונג און זאכן איז אראָפּ אפן דעק צוזאמען מיט דער שיף און ס'ליגט דאָרטן ביז איצט?
אידע האָט געלאכט, און שימשן האָט זיך געקאעסט גאָר אָן קאטאָוועס.
-- הונדערט פּראָיעקטן זײַנען שין דאָ, פארװאָס טאָר ניט זײַן מײַן הונדערט ערשטער? ווען מע זאָל מיר נאָר אָנפארטרױען און לאָזן צעשפּרײטן די הענט.
-- טו. װי דו פארשטייסט,-- האָט אידע אים נאָכגעגעבן, ס'זאָל ניט דערגיין ביז צו א קריג. ,מײַן שימשן איז גוט אין דער אר- בעט", -- האָט זי אין זיך געטראכט.
וועו ס'איז געװאָרן די מילכאָמע, האָט מען שימשענען מאָביליזירט אפן פראָנט. אומגע- קערט האָט ער זיך מיט מאזל--- די הענט, די פיס גאנץ, נאָר א קאָנטוזיעטער. אײַנגעאָרדנט האָט ער זיך אף א רויקער ארבעט --א קירזש- נער אף א היטל-פאבריק, קירזשנערײַ האָט עֶר נאָך אין דער יוגנט א ביסל זיך אויסגעלערנט אין שטעטל בא א באלמעלאָכע. אף דער פאב- ריק האָס ער געהאט א פּריװילעגיע -- שאבעס ארבעס ער ניט. ער איז נאָך דער מילכאָמע געװאָרן א פרומער. ווען מע פלעגט אים נעמען דערװײַון. אז אב סװאָלט געװען א גאָט, װאָלט ער דען דערלאָזט, אז מע זאָל די ייִדן אזוי רוידעפן, מע זאָל אזויפיל ייִדן אויסהאר- גענען, האָט שימשן מיט אָנגעצונדענע אױגן געענטפערט:
-- אוז דאָך לעבן מיר! ניט אומזיסט זאָגט מען: ?אייל מאָלע ראכמים'. ער האָט גע- שטראָפט, װײַל מע האָט אופגעהערט גלױבן אין אים!
די פאנטאזיעס, כאלוימעס, צו וועלכע ער איז שטענדיק געווען גענייגט, האָבן אים איצט נאָך מער פארכאפּט און ניט געלאָזט צורן, זי האָבן אָבער געענדערט זייער ווענדונג און רים- טונג. אוב פריִער האָבן זיי געטראָגן א פּאָזי- טיווז, אָדער לויט דער נײַער טערמינאָלאָגיע, אזוי צו זאָגן, קאָנסטרוקטיון כאראקטער, גע- האט א ציל אופצוטאָן נוצלעכע זאכן, זײַנען איצט די געדאנקען, די פאנטאזיעס זײַנע גע- ווען הוילע באטלאָנעס, אויסגעזען מעשונעדיק, ווילד, -- אזעלכע קאָנען געבוירן ווערן נאָר בא א מענטשן, וועלכער איז גערירט פון זינען. מע האָס אים טאקע פאר אזא געהאלטן
אזוי װי בא א שיקער, ווען סיפאלט אף אים אָן דער דורשט צו טרינקען, און וויפל ער טרינקט ניט, איז אים וױיניק, אזוי איז אף שימשענען פון צײַט צו צײַט אָנגעפאלן א דורשט צו לייענען ביכער, מאמעש צו שלינגען זיי, און נאָך מער א דורשט צום שרײַבן. ער האָטס דעמלט, װי נאָר ער איז געקומען אהיים נאָך דער ארבעט, פארשפּארט זיך אין איינעם פון די צימערן פון זײַן צווייצימערדיקער דירע און קיינער האָט ניט געטאָרט אף א מינוט ארײַנגײין צו אים. די פרוי, אידע, אויך ניט, אפילע אָנקלאפּן אין דער טיר. ער האָט זיך געגריבלט אין ענציקלאָפּעדיעס, אָנגעזאפּט זיך מיט יעדיִעס, פון וועלכע ער האָט פריער ניט געהערט אָדער געהאט זײיער א קנאפּע אנונג. די יעדיִעס האָבן אף א פענאָמענאלן אויפן ;איבערגעקאָכט" זיך בא אים אין קאָפּ און אף זייער סמאך האָט ער פארפאסט דערציילונגען. געשריבן האָט ער אין גראָבע העפטן, געשריבן גיך, אימפּעטדיק, מיט א געדיכטן פארדרייט. פארפּלאָנטערטן קסאוו, וועלכן קײנער און ער אויך ניט, האָבן דערנאָך ניט געקאָנט פא- נאנדערקלײַבן אן אָס. דערפאר מיסטאמע האָט ער די געשיכטעס זײַנע קײינמאָל ניט געלייענט, נאָר דערציילט מינדלעך. און דערציילן האָט ער ליב געהאט יעדן, וועמען ער האָט נאָר געהאט א מעגלעכקײַט צו דערציילן. מעשונעדיקע מיי- סעס, אויספאנטאזירטע אָפּטמאָל אפילע מיט געוויסן טאלאנט.
צו מיר האָט שימשן אָנגעהויבן ארײַנקומען, װי נאָר ער האָט פארענדיקט א נײַע זאך. אין איינעם א טאָג, שין אין שפּעטן אָװונט, איך האָב נאָר באוויזן עפענען די טיר און אים ארײַנלאָזן, האָט ער גלײַך פון שװעל מיר ארײַנגעשעפּטשעט אין אויער:;
-- איך בין עלייאָהו האנאָווי!
איך האָב א שמייכ? געטאָן און געגעבן א טראכט, אז מײַן אָרעמער שימשן האלט שוין גאָר װײַט.
-- הײַנט איז ניט פּייסעך-צונאכטס און אף עליִיאָהו האנאָווי ווארט איך ניט, דעם קאָס ניט אָנגעגאָסן, -- האָב איך געפּרוּווט אים א ביס? אויסניכטערן פון זײַן מעשוגאס און, דעם עמעס געזאָגט. ניט געהאט דעם מינדסטן כיישעק אוועקזעצן זיך איצט מיט אים און ביז האלבער נאכט הערן זײַן שפּאָגלינײַ װערק. מיר זײַנען געשטאנען אין קאָרידאָר, און איך האָב זיך ניט געײַלט צו העלפן אים אױסטאָן דעם מאנטל, ער האָט גיך אליין אים אױסגעטאָן, און נאָך פריִער פון מיר ארײַן אין מײַן צימער. ער איז געווען אזוי אופגערודערט, אז ער האָט זיך ניט אוועקגעזעצט אפן דיוואן, װוּ ער האָט ליב צו זיצן, נאָר געבליבן שטיין אינמיטן צי- מער.
27
-- איר זיצט און שרײיבט אײַערע מײַסעס- שפּײַסעס, ---ער האָט מיט ביטל און קאס א מאך געטאָן מיט דער האנט אף די זײַטלעך פּאפּיר, װאָס זײַנען געלעגן בא מיר אפן טיש, --- מוישקעלע האָט זיך פארליבט אין ריוו" קעלען... אָט הערט מיך אויס!-- דאָס פּאָנעם איז געווען בא אים שטרענג, די קנייטשן אפן שטערן --- טיפער, וי געוויינלעך. די אויגן האָבן געגלאנצט מיטן פײַיערדיקן גלאנץ פון א מין קישעפמאכער, וועלכער קאָן װײַזן ניסים, א מין דזשין, װאָס איז געזעסן פארפּראָפּקעװעט אין זײַן פלאש און מע האָט אים ארויסגעלאָזט, ער זאָל קומען און דערציילן דער ועלט װוּנדער- לעכע געשיכטעס מיט קלוגע מוסער-האסקלס. מײַנע בניי-באיס, דורכגייענדיק פארביי דער אָפענער טיר פון מײַן צימער, האָבן געכאפּט א קוק אפן גאסט. ער האָט זיי באמערקט און גענומען ארײַנרופן;
-- קומט ארײַן, קומט ארי איר מעגט דאָס אויך האָרכן, און זאָלן די איבעריקע פון שטוב אויך אריינגיין אהער!
מײַנע שטוביקע האָבן זיך אוועקגעזעצט אפן דיוואן, איך האָב אויסגעדרייט מײַן שטול מיטן ווענטל צום פענצטער, כזאָל זײַן מיטן פּאָנעם צום אוילעם, און זיך אויך אוועקגעזעצט. גע- בליבן איז נאָר שטיין אינמיטן צימער, וי אן ארטיסט, אונדזער רעב שימשן. וי געוויינלעך, האָט ער זײַן געשיכטע ניט געלײענט, נאָר דערציילט אױיסװוײיניק, בלויז פון צײַט צו צײַט, אזוי װי פון יויצע:וועגן א קוק געטאָן אין העפט, װאָס ער האָט געהאט אוועקגעלייגט אפן טיש, צעעפנט אפן ערשטן זײַטל. א צעעפנטס אפן זעלבן זײַטל איז עס געבליבן, ביז ער האָט פארענדיקט זײַן מײַסע.
-- ליבע פרייַנט מײַנע, -- האָט ער אָנגע- הויבן, -- איך האָב פאר אײַך א פריש מייסעלע. הערט מיך אויס מיט קאָפּ. איר װועט כאראָטע ניט האָבן. אים האָב איך שוין געזאָגט. -- שימשן האָט מיט דער האנט אָנגעװיזן אֹף מיר, ---אז איך בין עלייאָהו האנאָווי.
ס'האָט זיך דורכגעטראָגן א געלעכטער. א פּאָר הענט האָבן אפילע א פּליעסקע געטאָן און א פּאָר ליפּן א שעפּטשע געגעבן מיט פארגע- ניגן: /,ס'איז אן איינפאל! ס'איז גוט!*" שימשן האָט ארומגעכאפּט אלעמען מיט א דורכדרינג- לעכן הארבן בליק, אזוי וי באפוילנדיק, ס'זאָל ווערן שטיל,
-- ס'איז ניטאָ אף דער וועלט אזא טרויע- ריק לעבן, װוּ ס'זאָל אין מעשעך פון יאָרן ניט אריינדרינגען אויך א שטראל פון פרייד, ס'איז ניטאָ אזא פרייד, צו וועלכער סזאָל קיינמאָל זיך ניט צומישן אויך טרויער, אנגסט, אגמעס- נעפעש. לאָמיר נעמען אלס בײַשפּיל א כאסע- נע, -- האָט שימשן גערעדט אין א מאגידישן
8
נוסעך, --- צוויי הערצער פארייניקט צוואמען איין גרויסע ליבע. ליכטיק איז די מינוט, ווען ס'ווערט בא א יונג גליקלעך פאָרפאָלק גע- בוירן א יוירעש, אן אָנזאָג אף א נײַעם דאָר, אף נײַע לעבנס, װאָס װעלן אין זייער צײַט ברענגען װוידער לעבנס. אָבער איך בעט אײַך, ליבע פּרײַנט מײַנע, אף א װײַלע זיך פאָר- שטעלן אזא בילד. מײַן פאנטאזיע פארטראָגט מיך ניט נאָר צו די הויכע הימלען, צו דער זון, צו ליכטיקײַט, צום אײיביקן גאניידן, זי שלײַדערט מיך אויך ארײיַן אין די גענעמס, אין די קאפעקאלס, אין די וויסטע אָפּגרונטן, טיפס- טע טהאָמען.
מײַן אוילעם אפן דיוואן האָט ווידער א לאך געטאָן, און די פרויען האָבן גענומען מאכן צו אים מיט די הענט, ער זאָל אופהערן אנטקעגן דער נאכט פארשפּרייטן זיך וועגן װויסטע אָפּ- גרונטן, שווארצע טהאָמען.
שימשן, װוי ניט אים מיינט מען, האָט פאָר- געזעצט:
-- הערט זשע א נײַע געשיכטע, א געשיכ- טע פון אונדזער צײַט. וועגן דעם מאבל, װאָס גאָט האָט פארצײיטנס אראָפּגעשיקט אף דער ערד, האָט איר אלע געהערט. סהאָבן זיך געעפנט די פענצטער פון הימל און דער רעגן האָט געפלייצט פערציק טעג און פערציק נעכט. און וועגן נויעכן און זײַן טייווע וייסט איר אויך. גאָט האָט געזאָגט צו נויעכן: מאך דיר א טייווע פון פּימסנהאָלץ, און זאָלסט זי אויס- פּעכן פון אינווייניק און אויסװייניק מיט פּעך, און האלטן זאָל זי דרײַ הונדערט איילן די לענג, פופציק איילן די ברייט און דרײַסיק אלין די הייך. און פון אלץ, װאָס לעבט, זאָלסטו אריינברענגען צו צוויי פון איטלעכן מין אין דער טייווע, אן ער און א זי זאָלן זיי זײַן. פון די פייגלען נאָך זייערע מינים, און פון די בע- היימעס נאָך זייערע מינים, פון אלע שראָצים נאָך זייערע מינים, צו צוויי פון איטלעכן מין זאָלן ארײַנגיין צו דיר, קעדיי זיי זאָלן בלײַבן לעבן. און נויעך האָט אזוי געטאָן. און ס'איז אומגעקומען אלדאָס לעבעדיקע, אלץ, װאָס אף דער יאבאָשע, איז געשטאָרבן. נאָר נויעך איז געבליבן און די, וועלכע זײַנען מיט אים געווען אין זײַן קאסטן. איצט הערט, ליבע און כאָשע- ווע מײַנע פרײַנט, א נײַע געשיכטע---פון אונדזער צײַט. כ'וועל ניט ארופווארפן א גרויל און אן אומעט, דער סאָף װעט זײַן א גוטער, נאָר ביז מיר װעלן צוקומען צום גאניידן, מוז איך אײַך דורכפירן דורכן גענעם.
מע האָט װידער א לאך געטאָן און ווידער האָט מען גענומען מאכן מיט די הענט --ווער וויל דאָס אפילע איין מינוט זײַן אין גענעם? מײײַן קאָרעװ, װאָס איז געווען צוגאסט בא מיר, האָט זיך אופגעהויבן און ארויס אין קאָרידאָר
8--146
רייכערן. שימשן האָט אים אָפּגעמאָסטן מיט א פארורטיילנדיקן בליק און איז צוגעטראָטן צו דער עצעם געשיכטע.
--- ס'איז ווידער געווען א פארפלייצונג, א וועלט-מאבל. אלץ איז דערטרונקען געװאָרן, פארשוווּנדן אין די טיף-טיפענישן, אין די אָפּ- גרונטן פון דער ערד. און ווידער איז פון יעדן מין געבליבן לעבן אן איין-און-איינציקע פּאָר. אָבער איצט איז די מענטשהייט שוין באשטא- נען ניט פון איין פאָלק. ס'זיינען שוין געווען הונדערט פעלקער, און פון יעדן פאָלק האָט אויך זיך געראטעוועט נאָר איין פּאָר---א יונ- גער באָכער און א יונג מיידל. ליכטיקע פּענע- מער,. שונקעלע פּענעמער, װויסהויטיקע, שווארצהויטיקע, מעש-קאָליר... א סאך פּאָרלעך האָבן זיך געפרייט, געווען גרויס בא זיך און שטאָלץ -- דורך זיי װועט וידער אופגעלעבט ווערן זייער פאָלק, װאָס האָט פאר דער פאר- פלייצונג געקלונגען אין דער וװועלט מיט זיינע אופטוען, מיט זיַנע מענטשן--גרעסטע דענ- קער, גרעסטע געלערנטע, געניאלע שרייבער, קינסטלער. אייניקע פּאָרלעך האָבן זיך פאר- קלערט: פעלקער? ווער האָט זיי אויסגעטראכט? ווידער -- יעדער מיט זײַן לאָשן, מיט זײַנע טעמפּלען און טפילעס, מיט זײַנע מינהאָגים, װאָס אָפטמאָל געפעלן זיי ניט די אנדערע פעל- קער. ווידער מעכיצעס, גרענעצן, רײַסערײיען, קריגערײיַען, מילכאָמעס.
-- ס'מוזן דען זײײַן רײַסערײַען, קריגערייען, מילכאָמעס? --- דערווידערן די, וועלכע פארלאנ- גען, אז פעלקער זאָלן פארבלײיַבן. --- קיין איין פאָלק פארלאנגט ניט מילכאָמע. בעעמעס גרוי- סע מענטשן און מענטשן פּאָשעטע. ארבעטס- לײַט, האָבן קיינמאָל ניט געפּרײידיקט מאכלוי- קעס און פיינטשאפט ניט פון פאָלק צו פאָלק, ניט פון מענטש צו מענטש. זיי האָבן געהאלטן, אז דאָס איז אומגעזעצלעך און קעגן דער נאטור.
געקווענקלט האָט זיך דאָס ייִדישע פּאָרל, געווען זיַינען זיי שיין און יונג און האָבן זיך שטארק ליב געקראָגן, װי נאָר זיי האָבן זיך דערזען. זיי האָבן שפּאצירט צוזאמען, אָבער ניט דערלויבט זיך א קוש געבן איינער דעם אנדערן אין די ליפּן, ניט צו דערװעקן דעם יעיצערהאָרע. אזוי װווי זייערע אור-אורעלטערן האָט ער געהייסן אװוראָהאָם, און זי סאָרע. אנ- דערע פּאָרלעך האָבן זיך פארקוקט אף זיי און זיך געװוּנדערט, װאָס זיי האָבן ניט כאסענע. סאָרען איז געווען שטארק אומעטיק און זי האָט גערעדט צו אװראָהאָמען:
-- זע נאָר, ס'וועלן דורכגיין ניט קיין סאך יאָרן, און ס'וועלן ווידער זיײײַן מענטשן פון זייער פריערדיקן אָפּשטאם, ס'וועלן ווידער זײַן אלע פעלקער, נאָר מיר װעלן פארשוינדן אָן א
זייכער. מיט װאָס זיינען מיר ערגער פון אנ- דערע?
--- כ'ווייס ניט מיט װאָס, -- האָט דער באָ- כער געענטפערט, -- נאָר זינט ס'איז אופגעקו- מען באָװוֹל און פון אן איינציקער שפּראך זײַנען געװאָרן א סאך לעשוינעס, ס'זיינען אנטשטא- נען אריבער הונדערט פעלקער, איז אונדזער פאָלק געווען צװוישן די סאמע געפּלאָגטע, גע- רוידעפטע, דערנידעריקטע פעלקער. די גאנצע געשיכטע אונדזערע איז אויסגעפלאסטערט מיט גזיירעס, פּאָגראָמען,. פארניכטונג.
-- יאָ. דאָס וייס איך, דאָס איז אזוי, --- האָט סאָרע טרויעריק צוגעשטימט, --- אָבער מיר זײַנען דאָך געווען באוווסט אין דער וועלט ניט נאָר מיט דעם, מיר האָבן אויך געקלונגען מיט עפּעס אנדערס. אָן אונדז װעט די ועלט זײַן אָרעמער, אומעטיקער.
-- ס'איז עמעס, אז ייִדן קאָנען אויך פריי- לעך מאכן -- האָט אװראָהאָםס באמערקט. -- דער ייִדישער ,פריילעכס" איז ניט ערגער פון אנדערע -פריילעכסן", אָבער ס'איז אָפּטמאָל געווען א טאנץ ערעוו א שכיטע.
-- מיר וװועלן עפשער געבוירן א נײַעם שפּינאָזע; א נײַעם איינשטיין..-- האָט סאָרע געבעטן.
-- אָדער א נײַעם דרייפוס, א נייעם בייליס, אף וועמען מע טראכט אויס בלוטיקע בילבו- לים.
-- א נײַעם היינע, א נײַעם יאנוש קאָר- טשאק, --- האָט סאָרע ניט אופגעהערט צו מורמ- לען אירס, און אװראָהאָם האָט אפסנײַי הארב דערווידערט:
-- היינעס ווערק האָבן געפלאקערט אף שײײַטערס, יאנוש קאָרטשאקן, צוזאמען מיט די קינדער, וועלכע ער האָט דערצויגן, האָט מען פארברענט אין א גאז-אויוון.
-- אָבער דעם פאשיזם האָט מען דאָך בא- זיגט...
-- און ער האָט וידער אופגעהויבן דעם קאָפּ.
-- ניס אומעטום... און װעט מען דען איצט, נאָך דער פארפלייצונג, ניט בעסער, ניט ווייכער ווערן איינער צום אנדערן? ניט קליגער וװערן?
-- קליגער עפשער אאָ, אָבער בעסער ניט, אויב נאָר ס'וועט וידער הערשן לוקסוס און גיריקײַט און ס'וועט ליגן, א צעטראָטענע אין טיפער נויט, די אָרעמקײַט. די גרעסטע ראָצי כים זיינען גאָר ניט די גרעסטע נאראָנים. כ'וועל דיר זאָגן, ליבע סאָרע מייַנע, אָט װאָס: פעלקער, אויב זיי לעבן בעשאָלעם, איז עפשער גאָרניט שלעכט, װאָס זיי זיינען פארשיידענע. אין א וואלד, ווּ ס'וואקסן ביימער נאָר פון איין מין, ווערט דאָס אויג גיכער פארמאטערט
49
פון קוקן אפן איינארטיקן בילד. העלער, פריי- לעכער איז אין א וואלד א געמישטן, מיט קאָ- לערליי געוויקסעניש. אזוי קאָן אויך זײַן מיט פעלקער. יעדעס פאָלק ברענגט ארײיַן אין דער וועלט-קאמער זײַן אייגנארט, זײַן כאָכמע, זײַן אויפן פון דענקען--אין דער פארשײדנקײַט איז דער פילפארביקער רעגנבויגן פון קליגסטן און שענסטן...
-- זעסטו, זאָגסטו דאָך אלײַן...---סאָרע האָט זיך דערפרייט פון די לעצטע רייד זײַנע. זי האָט אים ארומגענומען און געקושט. און איר ליבע צו אים, און זײַן ליבע צו איר איז געווען אזוי גרויס, אז זיי זײַנען בײַגעקומען די קווענקלעניש.
-- איך האָב צום אָנהייב, מײַנע ליבע פרײַנט, אײַך צוגעזאָגט, אז מײַן מײַסע װעט זיך ענדיקן גוט און װוי איר זעט, האָב איך ניט
אָפּגענארט. איצט זײַנען מיר שוין זיכער, אז אלע פעלקער װעלן לעבן אף דער וועלט, קיין איין פאָלק װעט ניט פעלן... און אָט די בסורע- טויווע האָב איך אײַך הײַנט געבראכט, איך, עלייאָהו האנאָווי.
אזוי האָט פארענדיקט שימשן, און מײַן אוילעם איז געווען צופרידן, מע האָט אים אפּ- לאָדירט. דער קאָרעוו מײַנער, וועלכער איז ארויס רייכערן אין קאָרידאָר, האָט כאראָטע געהאט, האלעמיי ער איז ניט געבליבן זיצן אפן דיוואן און האָט ניט געהערט.. און איך האָב אויך כאראָטע געהאט. כ'האָב מיך אײַנגערעדט, אז שימשן איז ניט בא די גע- דאנקען. אויב ס'טרעפט מיט אים אמאָל, או ס'איז יאָ אזוי, איז דאָס נאָר אף א קליין-קליין האָרעלע. א מענטש מיט פאנטאזיע הייסט ניט קיין מעשוגענער?..
יאנקא קופּאלאס א ליד אין 80 שפּראכן
אין מינסקער פארלאג טורא? איז אין צוזאמענהאנג מיטן 100יטן געבורטס-
,מאסטאצקאיא ליטערא-
טאָג פון דעם װײַסרוסישן פאָלקסיפּאָעט יאנקא קופּאלא דערשינען אין א ספּעציִעלער אויסגאבע דעם
דיכטערס ליד ע1851136 10 42. די ליד אין גע- דרוקט אין 80 שפּראכן, דערונטער אויך אין ייִדיש (,װוער גייט עס דאָרט??, איבערזעצונג פון זעליק אקסעלראָד).
דער קאָוונער ייִדישער זעלבסטעטיקער אנסאמבל אין פּאלאנגע
אין איינעם פון די גרעסטע זאלן פון דער קוראָרטישטאָט פּאלאנגע איז ארױיסגעטראָטן דער פארייניקטער אנסאמבל פון דער ייִדישער קינסטלערישער זעלבס- טעטיקײַט באם קאָװונער קולטור- פּאלאץ פון די פּראָפארײנען.
עס האָבן באוויזן זייער קונסט די װאָקאלע גרופּע אונטער דער אָנפירונג פון ד. גאָמבערג (סאָ-
50
ליסטן -- מ. אנאָליק, ע. גאנדעל- סאָן, ב. שליאָם), דער דראמאטי- שער קאָלעקטיוו (רעזשיסער י. ראָנדער), דער עסטראדע;אנ- סאמבל אונטער דער אָנפירונג מון כ. אמדור און דער טאנץ-
קאָלעקטיוו אין באשטאנד פון דרײַ- סיק אָנטײלנעמער צוזאמען מיט א גרופּע קינדער (כאָרעאָגראפן ל. געלפאנד, ר. סמאָליאנסקאיא).
באזונדערס האָט באם אוילעם אויסגענומען די ליטערארישידרא- מאטישע קאָמפּאָזיציע, וועלכע איז געבויט לויט מאָטיוון פון שאָלעם- אלייכעמס װערק. געפירט די פּראָגראם האָט דער וועטעראן פון די ייַדישע זעלבסטעטיקע קאָלעק-
טיוון, פאָרזיצער פונעם קונסט-
ראט ב. שליאָם.
הירש דאָבין
צוויי ברעגן
אין א הייסן סאָפזומערדיקן טאָג איז צו דער געבײַדע פונעם שפּיטאָל, װאָס געפינט זיך אין איינעם פון די ניי-אופגעבויטע ייִשוּוים באם אמור, צוגעפאָרן רײַטנדיק א רויטארמייער פון דער גרענעץ-וואך; ער האָט געפירט מיט זיך נאָך איין אָנגעזאָטלט פערד.
דערזען אקוראט ארויסקומען אפן גאנעק איינע פון די מעדיצינישע שװעסטער, האָט זיך דער רויטארמייער שנעל אראָפּגעכאפּט פון זײַן פערד, זיך באגריסט מיט איר און געפרעגט, װוּ מע קאָן זען דעם כירורג.
ניט ענטפערנדיק אים גאָרנישט, האָט זיך דאָס מיידל אויסגעדרייט צו דער האלב-אָפע- נער טיר, הינטער וועלכער עס איז געווען לופטיק און שטיל דערפון, װאָס די פענצטער זײַנען געווען פארהאנגען, און א רוף געטאָן;
-- דאָקטער לעווי, מע איז געקומען נאָך אײַך פון דער זאסטאווע.
אף איר קאָל איז פונעם שפּיטאָל ארויסגעגאנגען ניט קיין הויכער יונגערמאן מיט א היפּשער באָרד, אָנגעטאָן אין א װײַסן כאלאט, און האָט קורצזיכטיק באטראכט דעם רײַטער.
צוגעטראָגן א האנט צום גרינעם היטל, האָט דער רויטארמייער קורץ און דײַטלעך אף א מיליטערישן אויפן זיך געווענדט צום כירורג:
-- דער שעף פון זאסטאווע האָט געבעטן באלד קומען צו פאָרן.
-- אזוי, באלד קומען צו פאָרן... -- האָט לעווי אן אומצופרידענער איבערגעכאזערט, ניט האָבנדיק, װײַזט אויס, קיין איבעריקן כיישעק צו פאָרן ערגעץ.--גיב איבער דעם שעף אײַערן, אז איך בין ערשט נאָך א שװערער אָפּעראציע און שוין פאָרן קאָן איך ניט..
-- דאָקטער, דער שעף האָט געבעטן אָפּלײגן אלע ארבעטן און קומען צו פאָרן. ס'איז א דרינגנדער איניען.
-- איך בין שרעקלעך מיד,-- האָט לעווי אָפנהארציק זיך מידע געווען ---איך האָב נאָך הײַנט אין מויל גאָרנישט געהאט. דערצו איז נאָך ניט אזוי שפּעט, --- האָט ער א וייז געטאָן אף דער זון, װאָס איז נאָך געשטאנען הויך אינעם הימל.--איך װעל נאָר עטװאָס אָפּרוען און קומען.
דער רויטארמייער האָט אָבער וי ניט געהערט, װאָס מע רעדט צו אים. ער האָט צוגע- פירט דאָס אָנגעזאָטלטע פערד צום סאמע גאנעק.
-- דאָקטער, אָן אײַך װעל איך אין ערגעץ ניט פאָרן. דער שעף אונדזערער איז א שטרענגער, און זאָל איך ניט אויספילן זײַן באפעל, װעל איך באקומען פון אים דעם עמעסן פּסאק.
-- און איך װאָס? איך בין שוין גאָר ניט קיין שטרענגער?--האָט לעווי א מרוקע גע- טאָן צו זיך אין דער באָרד ארײַן, --איך האָב געזאָגט, אז איך קאָן ניט, קאָן איך ניט..
אין א װײַלע ארום האָט ער זיך פונדעסטוועגן מעיאשעוו געווען, אז וויבאלד דער שעף האָט געפונען פאר נייטיק צו שיקן נאָך אים א מענטשן, איז עס מיסטאמע ניט אומזיסט.
1
דערצו נאָך האָט ער געזען אז ארויסצודרייען זיך פון אָט דעם אײַנגעשפּארטן רויטארמייער װעט זיך אים אויך אזוי לײַכט ניט אײַנגעבן, און לעווי איז אוועק זיך איבערטאָן.
עס האָט ניט לאנג געדויערט, און ער איז צוריק ארויסגעקומען אין דרויסן מיט א רעגנמאנטל אין דער האנט אוּן מיט א ברייט היטל אפן קאָפּ, פון װאָס זײַן אויסזען האָט זיך געענדערט. ער איז געװאָרן קלענער און װאָכעדיקער. זיך ארײַנגעזעצט אינעם זאָט? און צורעכט געמאכט אפן זײַט די טאש מיט די סאמע נייטיקע אינסטרומענטן און רעפועס, האָט ער מיטאמאָל באקומען דעם אָנבליק פון א ייַנגל מיט א באָרד, וועלכער טוט אלץ, קעדיי אויסזען עלטער און סאָלידער פון זײַנע יאָרן. עס האָט אים אָבער ניט געהאָלפן קיין זאך. װאָס ער זאָל ניט געווען טאָן, אלציינס האָט געווייעט פון זײַנע פרישע און פולע באקן, פון זײַנע ליפּן מיט יונגקײַט. ער איז געבליבן דער זעלבער, װאָס געווען.
2
די זאסטאווע ---א לאנגע, אײינשטאָקיקע, װײַס-געקאלכטע קאזארמע מיט א טורעמל אפן דאך, אין וועלכן ס'איז קײַלעכיקע מעסלעסן געשטאנען א רויטארמייער אף דער וואך, האָט זיך געפונען אפן הויכן און פעלדזיקן ברעג פון אמור. כוץ דער קאזארמע זײַנען דאָ נאָך געווען עטלעכע הײַזלעך, א קוזניע, שטאלן פאר די פערד און א ספּאָרט-פּלאץ מיט א טורניק און מיט רינגען. פון אלע זײַטן האָט די זאסטאווע ארומגערינגלט א הויכער אָנשיט פון ערד און פון שטיינער, װאָס איז פארוואקסן געווען מיט גראָז. אף דעם גרינעם שיפּוּי פון אָט דעם אָנשיט האָבן זיך געפּאשעט פערד, און זייער הילכיקע הירזשערײַ איז פארטראָגן געװאָרן אין די בערג פון דעם קליינעם כינגאן, װאָס זײַנען פארלאָרן געגאנגען אין דער װײַט אין א בלױי רויכל איבערן אמור.
אף דער זאסטאווע האָט מען געבויט א קעלער, פארגרייט היי אף וינטער, און ווער ס'איז געווען פרײַ פון זײַנע מיליטערישע פליכטן, װאָס איז שײַעך דעם גרענעץ, איז איצט געווען פארנומען בא אָט דער ארבעט: האָט געגראָבן די ערד אָדער צעזעגט געהילץ אף ברעטער.
דער נאטשאלניק אליין, אנדריי פּעטראָװיטש מאָראָזאָו, א פולבלעכער מאנצבל פון א יאָר עטלעכע און פערציק מיט שיטערלעכע האָר, װאָס האָבן שוין אָנגעהױיבן גראָװו װערן, איז אויך געשטאנען בא איינעם פון די שטאלן און אױסגעלאָדן היי פון א נאָרװאָס געבראכ- טער פור,
דערהערט א טופּערײַ פון פערד, האָט מאָראָזאָוו ארײַנגעשטעקט די וילע אינעם היי און גענומען קוקן, װער דאָס פאָרט אזוי, אז ארום זײַנע אוגן האָבן זיך צוזאמענגעקליבן פיל- צאָליקע קנייטשעלעך. ער האָט אופגעהויבן א האנט און פונװײַטן באגריסט די אָנקומענדיקע.
וי נאָר לעווי איז אראָפּ פונעם פערד, אזוי גלײַך האָט אים מאָראָזאָוו אוועקגעפירט נאָך זיך. אָבער ניט צו זײַן קאבינעט, אין וועלכן ער האָט אלעמען אופגענומען און װוּ טאָמיד, סײַ באטאָג און סײַ באנאכט, איז געװען טומלדיק, נאָר צו זיך אהיים, אינעם באזונדערן הײַזל, װאָס האָט זיך געפונען דערביי.
דאָס װײַב זײַנס האָט גראדע געוואשן דעם פּאֶל אינעם פירהויז בייס די מאנצבלען זיי- נען אָנגעקומען. דערזען פאר זיך דעם באקאנטן כירורג, האָט זי זיך א ביסל פארשעמט, א בליק געגעבן אף אירע נאסע פארנומענע הענט און, ניט האָבנדיק קיין אנדער בריירע, אויס- געשטרעקט צו אים אן עלנבויגן, געבעטן דורכגיין אין שטוב.
אין דעם זוניקן און געראמען צימער, װוּהין ביידע זײַנען ארײַנגעקומען, איז קיינער ניט געווען, אויסער א צעויקלט אייפעלע, װאָס איז געלעגן אינעם קינדער-בעטעלע באם אָפענעם פענצטער און, אונטערהויבנדיק פאראקשנט דאָס קעפּל, זיך אלץ געסטארעט אריינ- צונעמען אינעם מײַלכל איינס פון זײַנע פיסלעך.
מאָראָזאָוו האָט זיך צוגעזעצט צום געגרייטן טיש און גענומען אָנשנײַדן ברויט.
-- קערסט שוין געוויס זײַן הונגעריק. טאָ נעם און כאפּ דערװײַל עפּעס איבער, ביז- וואנען די באלעבאָסטע װעט זיך ניט אײַנפּאָרען, -- און צוגעגעבן, װי ער װאָלט זיך באדארפט פאר עפּעס פארענטפערן, --- אן אומגליק מיט די װײַבער. בא זיי איז דער איקער -- רײנקײַט.
-- א דאנק. איך האָב שוין אָפּגעגעסן.
-- הער אוף מיט דײַנע צערעמאָניעס!: טרינק כאָטש אויס א גלאָז קאלטינקע מילך. איך
2
װאָלט דיך אוואדע מעכאבעד געווען מיט עפּעס שטארקערס, נאָר עס איז איצטער ניט די צײַט דערוף. איך מיין, אז עס װעט נאָך זײַן א געלעגנהײַט צו נעמען א קויסע.
-- איך מיין אויך אזוֹי...
קײַענדיק א ביסן ברויט, האָט מאָראָזאָוו געפרעגט:
-- װאָס הערט זיך בא אײַך? װי גייט די ארבעט אין שפּיטאָל?
-- װאָס זאָל איך דיר זאָגן? אלץ, דאכט זיך, װי עס באדארף צו זײַן נאָר עס האָט געמעגט אויך זײַן בעסער...
-- װאָס איז דען?
-- וי אומעטום אין שפּאָגל-נײַע ייִשוּױים שיקט מען צו איניקע וױיניקער וויכטיקע זאכן מער, װי מע דארף, און אנדערע, זייער וויכטיקע, פעלן אויס..
-- צום בײַשפּיל...
-- נעמען כאָטש מעדיקאמענטן. קיין עפיר איז ניטאָ. אָפּטמאָל, קעדיי אײַנצושלעפערן א כוילע פאר דער אָפּעראציע, קומט אויס צו שיקן שעלוכים צו די שכיינים. זידלסט דעם פעלדשער, די מעדשוועסטער. און װאָס איז דער טאָלק? אנומלטן האָט מען געבראכט צו פירן איינעם אן אלטן איבערוואנדערער, א געוויסן לישניאנסקין. ער האָט זיך געפּאקט אונטער א טראקטאָר און צעקאליעטשעט. מע דארף אים עקסטרע לייגן אפן טיש און קיין עפיר איז ניטאָ. ארום שטייען זײַנע אייגענע, וויינען אף מײַן קאָפּ. ברעכן די הענט, בעטן זיך: , דאָק- טער, ראטעוועט", איז אויסגעקומען זיך נעמען פאר דער ארבעט אָן א שלאָף-געטראנק. דער אלטער איז א פעסטער ייָד, האָב איך באשלאָסן --- ער װעט אויסהאלטן. איז אָט... איך שטיי איבער אים און פון מיר גיסן זיך טײַכן שוייס. ער שרײַט: ,דאָקטער, אויב עס איז מיר באשערט שטארבן, ארט מיך נניט. נאָר מאכט עס װאָס גיכער, װאָרעם איך קאָן שוין מער ניט אויסהאלטן". ---און לעווי האָט א זיפץ געטאָן, --װאָלט איך שוין בעסער געווען א שנײַדער, װי מײַן טאטע: װאָס-װאָס, נאָר א פינגערהוט מיט א שער איז בא אים געווען..
-- מ"דא... א שנײַדער צו זײַן איז אוואדע לײַכטער,-- האָט אנדריי פּעטראָװיטש צו- געשטימט, באטראכטנדיק בײיסמײַסע דעם בערדיקן יונגנמאן מיט א דורכדרינגלעכן בליק, וי עס װאָלט אים אין לעבן געגאנגען זיך דערוויסן, צי קאָן מען דעם מענטשן אָנטרױען דאַס, צוליב װאָס ער האָט אים צו זיך ארויסגערופן--װאָס איז דאָ א סאך צו ברײַען? עס איז אוואדע ניט גוט, װען עס פעלן אויס מעדיקאמענטן --און דאָ איז דער נאטשאלניק אף א װײַלע אנשוויגן געװאָרן, ניט וויסנדיק, ויאזוי איבערצוגיין צום נייטיקן איניען.-- פאר- שטייסט, ס'איז בא אונדז פארלאָפן א זאך, װאָס אָן א דאָקטער װעסטו זיך אין איר ניט פאנאנדערקלײַבן. אונדזערע יאטן האָבן פארהאלטן א כינעזער, וועלכער איז געשװוּמען אף א שיפל פון יענער זײַט. ער זאָגט, אז בא אים איז געפערלעך קראנק א זון. ער פארמאָגט א דערלויבעניש פון דער מאנדזשוריש-יאפּאָנישער מאכט צו ברענגען אהין א דאָקטער. בא זיי, זאָגט ער, זײַנען ניטאָ קיין דאָקטוירים. אויב גלייבן אים, איז ער אן אָרעמער פּױער. ער וויינט: דער זון זײַנער װעט שטארבן, אוב מע װעט אים ניט ראטעווען. און נאָך, זאָגט ער, אז מע װאָלט אים גאָרניט דערלױבט צו ברענגען א דאָקטער, ווען ער איז ניט קיין יעגער און שטעלט ניט צו צום טיש פון זייערן דאָרטן עפּעס א מאכטהאָבער פארשיידן פלייש פון פויגל און כײַעס,
אנדריי פּעטראָװיטש האָט זיך נעענטער צגערוקט צום יונגנמאן
-- איז אָט באשטים איצט אליין, װאָס מע טוט דאָ... איז ווירקלעך אזוי, װי דער כינע- זער טײַנעט, דארף מען אים, פארשטייט זיך, העלפן. עלע װאָס דען דאָס האָבן זי דאָרטן אלץ צוגעטראכט צוליב עפּעס א פאָרטל, װאָלט ניט געשאט, זאָלסט זײַן אף יענער זײַט און א קוק געבן, װאָס דאָרטן טוט זיך. וי מיינסטו, כירורג?
לעווי האָט מאָראָזאָוון ניט איבערגעשלאָגן. ער האָט אויך ניט געײַלט מיט אן ענטפער, ווען יענער איז אנשוויגן געװאָרן. עס האָט געמאכט אן אײַנדרוק, אז דער מענטש איז איצט מער פון אלץ פארנומען מיט דער אכילע.
לעכאטכילע, בייס אנדריי פּעטראָװיטש האָט אים פאָרגעלייגט איבערצובײַסן, האָט זיך לעווי געהאט אָפּגעזאָגט, ניט געקוקט דערוף, װאָס ער איז געווען הונגעריק, דערפאר ווייל פון קינדװוײַז אָן איז ער בעטעווע געווען א שטארק שעמעוודיקער און, װיסנדיק זײַן פעלער, שארף דערפון געליטן. צוביסלעכװײַז האָט ער זיך אָבער פארטאָן אינעם שמועס, װאָס זיי האָבן געפירט, ער האָט זיך דערפילט היימישער און אליין ניט באמערקט, וען און ויאזוי ער האָט זיך א צי געגעבן צום טיש. טונקענדיק, װי א קינד, שטיקער פרישן ברויט אין מילך, האָט לעווי מיט אזא מין אפּעטיט גענומען רײַבן אף ביידע באקן, אז דער נאטשאלניק האָט זיך אזש פארקוקט אף אים. ער אליין איז, בא א געלעגנהײַט, אױיך געװען ניט קיין
3
קליינער באלן אף אָפּצועסן װי עס באדארף צו זײַן. ער האָט געהאלטן פונעם קלאל, אז דער, װאָס קאָן ניט ארײינקײַען, איז אויך אן ארבעטער ניט קיין וואזשנער. דעריבער איז מאָראָ- זאָוון געפעלן געװאָרן, ויאזוי לעווי האָט ארײַנגעקײַט, און ער האָט מיט א שמייכל איבער- געפרעגט דעם יונגן דאָקטער:
--- נו, װאָס זאָגסטו דערוף?
-- איך מיין אויך, אז מע דארף זען, װאָס דאָרטן טוט זיך. װאָס זאָגט דער כינעזער? אף װאָס קלאָגט זיך זײַן זון? צי שמעקט דאָ ניט מיט עפּעס אן עפּידעמיע? װאָרעם טאָמער יאָ, דאן װאָלט עס אויך פאר אונדז געווען געפערלעך.
-- ער זאָגט, אז ער לײַדט פון בויכוייטעק. וייסט גאָר װאָס, איך װעל אים הייסן ברענגען צו מיר אינעם קאבינעט, און דו רייד זיך מיט אים דורך.
אין עטלעכע מינוט ארום האָט מען צו מאָראָזאָוון אין קאבינעט געבראכט צו פירן דעם כינעזער, ניט קיין יונגן, דארן מענטשן, מיט עטלעכע געציילטע האָר אין דער באָרד און מיט א געלבלעכער הויט, װי ער װאָלט ניט לאנג צוריק געקרענקט אף געלזוכט. ער איז געווען אָנגעטאָן אין עפּעס א לײַבל אָן ארבל און אין ברייטע, פארלאטעטע פּלודערן, פארבונדענע פון אונטן, בא די ביינדלעך פון די פיס מיט שנירלעך. ער האָט זיך אלץ האכנאָעדיק גענייגט און געבוקט פאר דעם נאטשאלניק פון דער זאסטאווע און פארן דאָקטער און אָן אופהער עפּעס געפּלאפּלט אף זײַין שפּראך. ערשט דעמלט, ווען עס איז אריינגעקומען דער איבערזעצער, האָט זיך ארויסגעוויזן, אז ער האלט אין איין איבערכאזערן, אז דער זון איז בא אים קראנק און אז ער לײַדט פון בויכווייטעק.
-- נו? --- האָט זיך מאָראָזאָוו געווענדט צום כירורג, קוים האָט מען נאָר דעם כינעזער ארויסגעפירט פונעם צימער.
-- מע דארף פאָרן.
-- אדעראבע. אויסער דיר איז ניטאָ ווער.
-- איך װאָלט זיך געוויס ניט אָפּגעזאָגט...
-- װאָס זשע דען?
-- די צאָרע איז, װאָס בא אונדז גייט שווער צו קינד איינע א פרוי.
-- און אָן דיר װעט מען זיך ניט באגיין? אף וויפל איך פארשטיי, ביסטו דאָך גאָר ניט קיין אקושער.
-- אין א נויט װעסטו ווערן ניט נאָר אן אקושער, -- האָט לעווי זיך ניט פריילעך צע- שמייכלט, --- מיר פארמאָגן דאָ אזא מין רײַכע פּראקטיק, אז עס איז גענוג אָפּצוארבעטן אזוי עטלעכע יאָר און האָסט א גרייטע דיסערטאציע צו באקומען דעם טיטל פון א געלערנטן.
-- דארפסט דאָרטן לאנג ניט זײַן. צופאָרן א בליק געבן און באלד צוריק.
-- יאָ. איך פארשטיי... אָבער, --- האָט זיך לעווי אלץ געקווענקלט, כאָטש ער האָט פאר- שטאנען, אז איבעריקס צו אמפּערן זיך מיט מאָראָזאָוון איז אויך ניט קעדײַ; יענער האָט געקאָנט מיינען, אז ער האָט פּאָשעט מוירע צו פאָרן אף יענעם ברעג, בייס אין דער ווירק- לעכקײַט איז ער שוין פון לאנג אָן געווען א באלן כאָטש מיט איין אויג א בליק געבן אף דעם, וויאזוי לעבן דאָרטן מענטשן,
דער סאָף איז געווען, אז ער האָט זיך געלאָזט אײַנרײדן אָבער מיט דעם טנײַ, אז ער וועט פריִער צופאָרן צוריק אינעם שפּיטאָל און אלץ באװאָרענען, עס זאָל דאָרטן אָן אים, כאָלילע, גאָרניט געשען.
-- און פאריינס, -- האָט זיך לעווי אויך א ויצל געטאָן --װעל איך בעטן די געװוי- נערן, זי זאָל צוּווארטן, ביזוואנען איך װעל זיך ניט אומקערן..
-- רעכט. מאך עס װאָס גיכער!-- האָט אים מאָראָזאָוו דערוף געענטפערט און האָט זיך אליין אויך פאנאנדערגעלאכט.
2
שפּעט אין אָװנט האָט זיך לעווי צוזאמען מיט דעם כינעזער געלאָזן איבער דעם אמור. פון דעם קליינעם כינגאן האָט געבלאָזן אן עסעריקער ווינט און, מידע פון פליִען אין די ווא- רעמע לענדער, האָבן היך ערגעץ אין די הימלען געשריִען וילדע גענדז, דערװעקנדיק אינעם הארצן פונעם יונגן כירורג א טיפן אומעט.
זיך זאָרגנדיק איבערהויפּט וועגן דעם, אז דער האסטיקער שטראָם זאָל זיי ניט אָפּטראָגן
24
אין א זײַט, זײַנען ביידע שװײַגנדיקערהייט אריבערגעשװוּמען דעם רוישיקן טײַך. דאָס קליינע, פלאכע שיפל איז געווען אזוי ניט שטאנדהאפטיק אפן וואסער, אז א מינדסטע כוואליע האָט עס פארגאָסן, און די גאנצע צײַט האָט שוין לעווי מוירע געהאט, אז עס זאָל זיך ניט איבערקערן. ער האָט זיך אזוי אומזיכער געפילט, װי ער װאָלט געשװוּמען אף א שפּענדל.
נאסע און דורכגענומענע פון דער קעלט, װאָס האָט זיך אלץ מער געלאָזט פילן, זײַנען זיי ארויסגעקומען אפן צוייטן ברעג.
עס איז געווען שטארק פינצטער און, אויסער איינזאמע פּײַערלעך, װאָס האָבן געלויכטן פונדערװײַטן, האָט מען אין ערגעץ ניט געזען קיין סימען פון לעבן.
גייענדיק אזוי מיט א סטעזשקע, װאָס האָט געפירט צום דאָרף, זײַנען זיי ארויסגעקומען צו א גרויס פעלד מיט טשומיזע. שטייפע בעזעמלעך פון הויך-שטייגנדיקע געוויקסן האָבן געשמיסן אין פּאָנעם און סומנע גערוישט ארום און ארום. דערנאָך האָבן זיך אוועקגעצויגן גערטענער, פון וועלכע מע האָט שוין אראָפּגענומען די גערעטעניש, און אף די נאסע בייטן זײַנען ערטערװײַז בלויז איבערגעבליבן בלעטער פון קרויט. ערשט שפּעטער האָבן זיך באוויזן עטלעכע נידעריקע פאנזעס מיט שטרויענע דעכער און מיט היכע קױמענס הינטער יעדן פון זיי; ווען לעווי זאָל שוין ניט האָבן געזען אזעלכע קוימענס בא די כינעזער אָדער קאָריי- ער, וועלכע לעבן אף אונדזער טעריטאָריע, װאָלט ער געוויס געמיינט, אז דאָס האָבן זיי פאר- בלאָנדזשעט צו עפּעס א פאבריק-שטעטל.
קיין איין רעגע ניט פארגעסנדיק, אז כוץ דעם, װאָס ער האָט דאָ צו טאָן װוי א דאָקטער, איז ער דערצו, אין א געוויסן זין, מעכוּיעוו צו זײַן אויך אן אױיסשפּירער, האָט לעווי, גייענ- דיק מיט דעם כינעזער, ניט אופגעהערט זיך ארומצוקוקן, װוּ ער געפינט זיך און װאָס עס טוט זיך ארום. אומזיסט איז אָבער געווען זײַן טירכע. וי אָנגעשטרענגט ער האָט זיך ניט ארומגעקוקט און זיך ניט צוגעהערט צו דער נאכט, האָט ער קלאל גאָרנישט ניט באמערקט אזעלכעס, װאָס זאָל בא אים ארויסרופן א כשאד. ויסט און פארלאָזן האָט אויסגעזען דאָס שלאָפנדיקע דערפל. ערגעץ אין דער פינצטערניש האָט זיך געהערט א געיאָמער פון א פרוי, װאָס איז באגלייט געװאָרן מיט א צעצויגענעם הינטישן געװווי, און פון דעם איז דעם יונגנמאן דורך א שוידער איבערן לײַב. און װאָס לענגער זיי זײַנען געגאנגען, אלץ אומהיימ- לעכער איז אים געװאָרן. עס האָט אים פארװוּנדערט, װאָס קיינער האָט זיי ניט אָפּגעשטעלט פרעגן, ער זיי זײַנען, לעכאָלאפּאָכעס פאָרלייגן צו באװײַזן די דאָקומענטן. ער האָט זיך ניט געקאָנט פאָרשטעלן, אז אָט אזוי לײַכט זאָל מעגלעך זײַן דורכצושמוגלען די גרענעץ און קיינער זאָל עס גאָר ניט באמערקן. ניט וילנדיק האָט זיך אים אויסגעויזן, אז די גאנצע צײַט שפּירט מען נאָך זיי נאָך, זיך פארטייענדיק הינטער די פאנזעס. ער האָט געװאָלט װאָס גיכער אָפּפּארטיקן זיך דאָ מיט אלץ און זיך אומקערן אהיים, אפן אייגענעם ברעג.
ענדלעך זײַנען זיי צוגעקומען צו איינער א פאנזע, װאָס איז אויך, וי אלע איבעריקע, געווען מיט א שטרויענעם דאך, פון וועלכער עס האָט זיך דורכגעשלאָגן א צאנקענדיקע שײַן. בא דער סאמע טיר האָט שוין אף זיי געווארט אן עלטערע פרוי און, דערזען זי, האָט זיך לעווי גלײַך דערמאָנט אינעם געיאָמער, װאָס ער האָט פריִער פארנומען: ניט אנדערש, אז דאָס האָט זי אזוי געויינט..
זיך נייגנדיק ביז דער ערד פארן דאָקטער, האָט זי אופגעעפנט די טיר און אים אריינ- געפירט אין שטוב. ניט געװוינט דערצו, אז מע זאָל אים אָפּגעבן אזא מין קאָװעד און, בי- כלאל ניט פארלײַדנדיק, אז מע זאָל זיך בוקן פאר עמעצן האָט זיך לעווי פארלאָרן און ניט געװוּסט, ויאזוי צו גיין אין דער האלב-טונקלקײַט פון שטוב און װוּ אוועקצולייגן זײַן רעגנמאנטל מיטן טאש רעפועס און אינסטרומענטן,
די פאנזע האָט אויסגעזען אָרעמער, װי מע האָט זיך געקאַנט פאָרשטעלן פון מעבל איז קיין סימען ניט געווען. ניט קיין בעט און ניט קיין שטולן. דאָס אלץ האָט פארביטן ניט קיין הויכע לעזשאנקע פון ציגל, װאָס האָט פארנומען קימאט א העלפט פון דער פאנזע און אף וועלכער עס זײַנען געלעגן אױסגעשפּרײט שטרויענע מאטעס. צוגעדעקט מיט א קאָלדרע, איז אף דער לעזשאנקע געלעגן א יינגל פון א יאָר זעכצ-זיבעצן. ווען לעווי איז צו אים צוגעקומען און אונטערגעהויבן די קאָלדרע, האָט דער קראנקער אף א רעגע אופגעעפנט די אויגן, פארצויגענע, װי מיט א טויטן הײַטל, א בליק געטאָן אף אים און טייקעף זיי צוריק פארמאכט. עס האָט זיך געפילט, אז דער מענטש װענדט אָן די לעצטע קיכעס, קעדיי זיך ניט צעשרײַען פאר גרויס וויטעק..
דעם ייִנגלס פאָטער האָט זיך אף א רעגע ערגעץ ארויסגעכאפּט און זיך אומגעקערט מיט איינעם אן אלטיטשקן, וועלכער האָט געקאָנט א ביסל רוסיש. לעווי איז צוגעטראָטן באטראכטן דעם כוילע.
פפ
פאר דער צײַט, װאָס דער באָכער איז געווען קראנק, איז ער אזוי איסגעדארט געװאָרן, אז בייס לעווי האָט דערזען זיין ליַב, איז אים באפאלן א שרעק: פאר אים איז געלעגן א סקעלעט, ניט קיין מענטש. און דעריבער האָט ער באלד פארגעסן, מיט װאָס דאָ איז, מעגלעך, אלץ פארבונדן. ער האָט דערזען פאר זיך בלויז ליגן א קראנקן וועלכער ניטיקט זיך אין זײַן הילף, און ס'איז בא אים דעריקער געווען, װאָס ער, לעווי, דער דאָקטער, האָט דאָ צו טאָן פון זײַנטװעגן און וייאזוי אים צו ברענגען א רעטונג.
זיך צוגעלייגט צום באָכערס ברוסט פריער מיטן טרײַבל און דערנאָך אויך מיטן בלויזן אויער, האָט לעווי אופמערקזאם אויסגעהערט, ויָאזוי ער אָטעמט. ער האָט אים גענומען טאפּן דעם בויך. פּױקנדיק מיט די פינגער אין דער רעכטער זײַט פונעם בויך, האָט לעווי אין איין אָרט ענדלעך פארנומען א טױבן קלאנג. ער האָט לײַכט אָנגעקוועטשט אף דעם זעלבן אָרט און האסטיק צוגעכאפּט זײַן האנט. דער כוילע האָט א זיפץ געטאָן און איבער זײַן פּאָנעם האָבן זיך פארשפּרייט בלאסע פלעקן.
דעם כירורג איז קלאָר געװאָרן, אז ער האָט דאָ צו טאָן מיט א פארלאָזענעם אפּענדיקס, װאָס פאָדערט אן עקסטרע אָפּעראציע. ער איז דאָך געווען אומבאהאָלפן. ער האָט ניט גע- װוּסט, װאָס צו טאָן... פונעם קורצן געשפּרעך מיטן אלטיטשקן איז אים קלאָר געװאָרן, אז ער האָט דאָ ניט פון וועמען צו דערווארטן קיין הילף; ניט אינעם דאָרף און ניט אינעם ארום איז ניט געווען קיין דאָקטער און קייץ שפּיטאָל,
ער האָט אויך גאָרנישט ניט געקאָנט טאָן, ניט האָבנדיק דערוף קיין דערלויבעניש פון דער גרענעץ-וואך...
אומזיסט איז דעם קראנקנס מוטער געפאלן אים צו די פיס און זיך בא אים געבעטן ראכמים, אז ער זאָל ראטעווען זייער קינד. לעווי האָט זיך באמיט בארויקן די עלטערן. ער האָט זיי דערקלערט, ויָאזוי זיך באגיין מיטן כוילע, טאָמער װערט אים שלעכט. ער האָט אויך איבערגעלאָזן פון זײַנטװעגן די סאמע נייטיקסטע רעפועס און, באפוילן קומען נאָך אים נאָכאמאָל אין א טאָג ארום, האָט לעווי,. װי נאָר עס האָט גענומען שאריִען אף טאָג, פארלאָזט די פאנזע.
ווען לעווי איז װידער אריבערגעשוװווּמען דעם אמור און איז ארײַנגעקומען אינעם גערא- מען הויף פון דער גרענעץ-וואך, האָט ער בא די שטאלן געטראָפן שטיין אָנגעזאָטלטע פערד. אין אײַלעניש איז ערגעץ געלאַפן א גרופּע באװאָפּנטע רויטארמייער. און, ניט וויסנדיק, װאָס קומט דאָ פאָר, האָט אים אן אומרו באהערשט. די שאָ זאָל גאָר קיין שאָ ניט זײַן, אויב באם אמור זאָל זיך עפּעס אָנהײיבן, טאָ וועמען װעט שוין דאן ליגן אין קאָפּ דאָס קראנקע כינע- זישע יינגל..
ניט באוויזן האָט נאָך לעווי דורכגיין דעם הויף, איז פון הינטער די פערד אויסגעוואקסן דער זעלבער רויטארמייער, וועלכער איז געקומען נאָך אים אינעם שפּיטאָל. װי אלע דאָ, איז ער אויך געווען באװאָפנט און גרייט צום שלאכט.
--- װאָס איז געשען? --- האָט לעווי געפרעגט.
דער רויטארמייער האָט זיך א קנייטש געגעבן און אים גאָרנישט ניט געענטפערט. לעװוי האָט אפילע פארדראָסן, האלעמיי ער האָט אים גאָר געפרעגט.
װײַזט אויס, אז מאָראָזאָוו האָט שוין אף אים געווארט. װאָרעם בייס לעווי איז אריינ- געקומען צו אים און יענער האָט אים דערזען, אזוי באלד האָט ער אראָפּגענומען די ברילן און אָפּגערוקט פון זיך די פּאפּירן, איבער וועלכע ער איז געזעסן פון דרויסן האָט שוין ארײַנגעקוקט דער פרימאָרגן. באם נאטשאלניק אָבער אינעם קאבינעט האָט נאָך געברענט א קעראָסין-לאָמפּ. די אויגן בא מאָראָזאָוון זײַנען געווען רויטע. מע האָט זיך לײַכט געקאָנט פאָר שטעלן, אז ער האָט זיך ניט צוגעלייגט די גאנצע נאכט.
-- וויאזוי האָסטו עפּעס דורכגעמאכט דעם וועג?
-- וי מע זעט, כ'בין לעבן געבליבן.
-- איז דאָרטן טאקע עמעצער קראנק?
-- געפערלעך קראנק. מע װאָלט דעם כוילע װאָס גיכער באדארפט ברענגען צו אונדו אין שפּיטאָל,
-- האָט דער כינעזער, הייסט עס, טאקע ניט געלײַגט.-- האָט מאָראָזאָוו װי פאר זיך באשלאָסן. דערבײַי האָט מען אָבער ניט געקאָנט פארשטיין, צי איז ער מאסקים מיט דעם, װאָס לעווי האָט פאָרגעלייגט, אָדער ניין. לעווי האָט געפילט, אז מאָראָזאָוו איז איבער עפּעס שטארק פארטראָגן און טראכט בײיסמײיַסע גאָר וועגן װאָס אנדערס, װאָס איז, מעגלעך, פיל וויכטיקער איידער דאָס געזונט פון איינעם א כינעזער. און ער האָט ניט ווילנדיק אויך צו- געשוויגן,
6
אנדריי פּעטראָװויטש האָט זיך אופגעהויבן און פארלאָשן דעם לאָמפּ. ער איז דורכגע- גאנגען איבערן צימער.
-- נו, און אויסער דעם קראנקן, האָסטו גאָרניט באמערקט?
--- װאָס קאָן מען דאָרטן זען? אן אָרעמקײַט א שרעקלעכע... עס איז אומעגלעך זיך פאָר- צושטעלן, אז מענטשן זאָלן קאָנען אזוי לעבן..
אנדריי פּעטראָװיטש האָט זיך פארקרימט:
-- װאָס פאר א שיין לעבן דאָרטן איז, ווייס איך גוט אָן דיר. ניט דאָס בין איך אויסן.
-- א, -- האָט זיך לעווי פארכאפּט, -- ניין. מער האָב איך גאָרניט באמערקט.
-- גאָרניט, זאָגסטו?
-- גאָרניט,
-- נו, רעכט. פאָר אהיים און רו זיך אויס. װעט מען דארפן, װעל איך נאָך דיר צו" שיקן.
ווען לעווי איז ארויסגעקומען אין דרויסן, האָט שוין אף אים געווארט דער באקאנטער רויטארמייער מיטן פערד. און די גאנצע צײַט, װאָס ער איז דערנאָך געפאָרן אהיים, האָט אים ניט פארלאָזט דער געדאנק, אז מאָראָזאָוו האָט אים עפּעס ניט דערזאָגט, פּאָשעט ניט דערזאָגט, ניט וועלנדיק ריידן וועגן דעם, װאָס איז אים אליין עפשער נאָך ניט אינגאנצן קלאָר געווען.
84
דער נאטשאלניק פון דער גרענעץ-וואך, אנדריי פּעטראָװיטש מאָראָזאָו, וועלכער האָט מער װי א העלפט פון זײַן לעבן דורכגעמאכט בא די גרענעצן פונעם וייטמיזרעכדיקן קאנט, האָט בעפיירעש געהאט א גרונט כוישעד צו זײַן, אז אף יענער זײַט אמור גרייט מען זיך צו עפּעס,
די יאטן פון זײַן זאסטאווע, וועלכע האָבן סיי באטאָג און סײַ באנאכט ניט אופגעהערט אכטונג צו געבן איבערן טײַך, האָבן אים שוין ניט איין מאָל איבערגעגעבן וועגן דעם, אז צװוישן דעם מאנדזשוריש-יאפּאָנישן מיליטער קומט פאָר עפּעס א באוועגונג.
דאָס, װאָס די פיינטלעכע טיילן ענדערן זייערע ערטער, איז פאר מאָראָזאָוון אפילע קיין נאָװוינע ניט געווען. װײַל אויך ביז איצטער איז אזעלכעס שוין ניט איין מאָל פאָרגעקומען. און דאָס אליין װאָלט אים עפשער גאָר אזי ניט געארט, װען די יאפּאָנער זאָלן עס ניט געווען טאָן צו אָפן, װי בעקיוון, אז אונדזערע גרענעצלער זאָלן עס זען. צוליב װאָס טויג עס זיי? װאָס האָבן זיי דערבײַ אָנגעטראכט?
אין מעשעך פון דער צײַט, זינט די יאפּאָנער האָבן פארכאפּט צאָפן-מאנדזשוריע, איז מאָראָזאָוון שוין ניט איין מאָל אויסגעקומען האָבן מיט זיי צו טאָן, און ער האָט געװוּסט, אז זיי זוכן נאָר א געלעגנהײַט זיך צו פארטשעפּען. ער האָט אָבער קינמאָל ניט פארגעסן אינעם קלאל: בעסער א שלעכטער שאָלעם איידער א גוטע קריג, און ער האָט זיך באמיט אויסצו- מײַדן יעדע זאך, װאָס האָט געקאָנט ברענגען צו א קאָנפליקט.
איצטער איז וידער דאָס זעלבע: פאראקשנט האָבן די יאפּאָנער נאָכגעשפּירט נאָך אונד- זער ברעג. פארשטייט זיך, אז אים, מאָראָזאָוון, האָט עס ניט געקאָנט זײַן שטארק געפעלן אָבער פון דער אנדערער זײַט: זאָלן זיי! זאָלן זיי זיך טרייסטן דערמיט, אז עס גיט זיך זי קלוימערשט אײַן אויסצושפּירן עפּעס וויכטיקס. פונוואנען זאָלן זיי וויסן, אז די בויונג, װאָס ווערט געפירט אף אונדזער ברעג, איז ניט מער, װי א בוטאפאָריע, װאָס װערט ארויסגע- שטעלט אין א שוי-פענצטער, קעדיי צו פארבלענדן די אויגן, בייס גאָר ניט װײַט פון דעם אָרט, װוּ מע בויט, איז בעעמעס געשאפן געװאָרן א מעכטיקע שוץ-ליניע.
און פונדעסטוועגן האָבן דאָך די יאפּאָנער ניט אומזיסט געלאָזט מיטן אמור א געויינ- לעכע שאלאנדע, וועלכע זײַנע יאטן האָבן באמערקט, ווען זי איז געשװוּמען מיט פארלאָשענע פײַערן אין דער ריכטונג, װוּ אונדזערע פארפעסטיקונגען זײַנען געווען.
און װײַזט אויס, האָט געטראכט מאָראָזאָוו, איז אויך גאָר ניט צופעליק פּלוצעם געקו- מען צו שווימען פון יענער זײַט דער כינעזער...
דאָס אלץ האָט נאָך מער אויסגעזען פארדעכטיק דערפאר, װאָס אפן ערשטן בליק איז עס אלץ געווען גאנץ לאָגיש און נאטירלעך. װאָדען? עס איז קראנק געװאָרן א מענטש, מע
97
דארף אים ראטעווען, איז אָט האָט מען זיך עס געװענדט, אז מע זאָל צושיקן א סאָוועטישן דאָקטער. עלעהיי מע קומט עפּעס לײַען בא א גוטן שאָכן.
מאָראָזאָוו האָט אָבער קלאל ניט געגלייבט אין דער גוטער פריינטשאפט פון די יאפּאָ- נער. און דעריבער האָט ער פארפרי, נאָך איידער לעווי האָט זיך געהאט אומגעקערט פונעם אנדערן ברעג, זיך פארבונדן מיט די שכיינעסדיקע זאסטאוועס, װאָס באם אמור, און זיי באקאנט מיט דער געשאפענער לאגע. ער האָט אויך באצייטנס אָנגעקלונגען אינעם שטאב פון דער אמורער פּלאָטיליע, װאָס קורסירט איבערן טײַך. ער האָט לעסאָף אויך געװאָרנט זײַנע יאטן, אז מע זאָל זײַן וואכזאם. און אָט איצטער, קוים איז נאָר לעווי ארויסגעגאנגען פון אים, האָט ער זיך אליין אויך באװאָפנט, באפוילן אָנזאָטלען דאָס פערד און איז אין דער באגלייטונג פון זײַן אָרדינארעץ אװועקגעפאָרן מיטן ברעג פון אמור.
אנדריי פּעטראָװויטש איז געפאָרן און זיך געסטארעט צו טראכטן וועגן װאָס איר ווילט, נאָר ניט וועגן דעם, װאָס אים האָט איצטער אמערסטן באומרויקט.
ער האָט געטראכט וועגן דעם, אז אין פארלויף פון יאָרן, זינט ער לעבט דאָ, באם אמור, האָט ער זיך נאָך רעכט ניט באויזן אָנצוקוקן מיט דעם װוּנדערלעכן, וילדן און שיינעם קאנט, װווּ דער וועטער ענדערט זיך אָפט צען מאָל א טאָג און צו וועלכן ער האָט זיך אזוי צוגעבונדן, אז ווען מע לייגט אים פאָר, ער זאָל ערגעץ אװעקפאָרן, װאָלט ער יענעם אָנגע- קוקט װי א מעשוגענעם. ערשט נעכטן, דוכט זיך, איז געװוען אזוי הייס. עס האָט מאמעש געסמאליעט די זון. צו דער נאכט צו האָט אָבער פון ערגעץ א בלאָז געטאָן א קאלטער וינט, אָנגעטריבן װאָלקנס אוּן עס איז אוועקגעגאנגען א שניי.
מאָראָזאָוו איז געפאָרן פּאמעלעך, װי אף א שפּאציר, זיך האלטנדיק די גאנצע צײַט ניט װײַט פונעם ברעג טײַך און, געװווינט דאָ צו אלץ, האָט דאָס פערד מיט א לײַכטן געלויף זיך אופגעהויבן אף פארוואקסענע סאָפּקעס מיט יונגע דעמבלעך אָדער זיך ווידער אראָפּגע- לאָזן אין דער נידער, צו פרײַע און ניט טיפע טאָלן, װוּ איבער פארוואקסענע שטיינער מיט שליימיקן מאָך האָבן גערוישט פילצאָליקע קוואלן.
ערטערװוײַז האָבן אומגעוואלגערטע ביימער פארצוימט דעם ועג, און עס איז זיי אויס- געקומען ארומפאָרן. דאָ און דאָרטן האָבן זיך באגעגנט שווארץ-אָפּגעסמאליעטע פּליינען מיט בלאסע פלעקן, באדעקטע, וי מיט גרויען אש, -- סימאָנים פון א ,פאל", װאָס האָט זיך דאָ ניט לאנג דורכגעטראָגן און, אויסער אָפּגעברענטע שטאמען פון ביימער און נאקעטע קוסטעס אָן בלעטער, גאָרנישט ניט איבערגעלאָזט. נאָך װויסטער האָבן אויסגעזען די זעלבע ערטער, זײַענדיק פארפּאָראָשעױט מיט שניי, װאָס דער וױנט װעט, מעגלעך, שוין אין א טאָג ארום איבערמישן מיט ערד אזוי,. אז עס װעט פון אים קיין זייכער ניט איבערבלײַבן, און דער גאנצער ארום, מיט דער טייגע און מיט די פעלדער, װועט וידער באקומען דעם זעלבן בונט- רויטן קאָליר, װוי אין הארבסט.
זיך אופגעהויבן אפן שפּיץ פון איינער א סאָפּקע, װאָס האָט געהערשט איבערן ארום, האָט מאָראָזאָוו אָפּגעשטעלט דאָס פערד; דער אומרו, פון וועלכן ער האָט זיך נאָך ביז איצט ניט געהאט באפרײַט, האָט זיך אויך איבערגעגעבן דעם פערד, און עס האָט אופגעהויבן דעם קאָפּ, גענומען פּראלן מיט אָנגעשפּיצטע אויערן.
װײַט אונטן האָט שווער געפּליעסקעט אינעם ברעג דער אופגערודערטער טײַך. דער שניי האָט אלץ געשאָטן.
צוגעפּאסט, װי עס קער צו זײַן די אָקוליארן פונעם בינאָקל, וועלכער איז בא אים געהאנגען אף דער ברוסט, האָט מאָראָזאָוו גענומען באטראכטן דעם צוייטן ברעג.
אויסער דעם, װאָס דער פאלנדיקער שניי האָט געשטערט צו זען, איז דערצו אויך באלד כמארנע געװאָרן. און דעריבער איז אפילע קיין כידעש ניט געווען. װאָס ער האָט ניט באלד באמערקט אף יענער זײַט א גרופּע מענטשן זאָלן עס זײַן כינעזער אָדער יאפּאָנער?-- האָט מאָראָזאָוו זיך אליין געפרעגט, זיך איינקוקנדיק אין דעם, מיט װאָס די געסט פארנעמען זיך. ער האָט בעשום-אויפן ניט געקאָנט באנעמען, װאָס טוען זיי דאָרטן
מיט פארקאטשעטע הויזן העכער די קני זיינען יענע געגאנגען לענגויס דעם טײַך און מיט שטריק געשלעפּט נאָך זיך פון הינטער דעם אויסבויג פונעם ברעג, וועלכער האָט אלץ פארשטעלט פון מאָראָזאָוון עפּעס זייער שווערס...
מיט אראָפּגעלאָזענע קעפּ, אָנװענדנדיק דערביי אלע קויכעס, זײַנען די מענטשן געגאנ- גען פון שטיין אף שטיין און דאָרטן, װוּ עס איז אומעגלעך געווען דורכצוגיין, זיך געשלעפּט מיטן וואסער.
מאָראָזאָוון איז אומגעהייער שווער געװאָרן זיך דערווארטן, ביזוואנען ער װועט דערזען, װאָס זשע פאָרט שלעפּן זיי עס אזעלכעס. ער האָט מיט דער האנט א רוף געטאָן צו זיך זײַן
98
אָרדינארעץ און אָנגעטריבן די פערד, האָבן זיך ביידע אריבערגעכאפּט אף א צוייטער סאָפּי קע, נעענטער צום טײַך.
ענדלעך האָט זיך פון הינטער דעם אויסבויג פונעם ברעג אף יענער זײַט טײַך באויזן פריער די נאָז פון א שיף און דערנאָך אויך דער ברייטער טייל פונעם דעק. אף װעלכן עס זיַנען געשטאנען פעסער, געלעגן און געהאנגען נעצן עס האָט זיך געטריקנט װעש. אף איינעם פון די פעסער איז געשטאנען א קליין הינטל און האָט געבילט גלאט אין דער װעלט ארײין. קורץ: אפן ערשטן בליק ניט אנדערש, װי א געוויינלעכע שאלאנדע, מיט וועלכע די כינעזער שווימען אפן אמור, קעדיי צו כאפּן פיש.
מיטאמאָל האָט אף דער שאלאנדע גענומען ארבעטן די מאשין. וי לױט א קאָמאנדע האָבן די מענטשן געװאָרפן די שטריק און זײַנען זיך צעלאָפּן איבערן ברעג ער װוּהין. די שיף האָט זיך א ריס געטאָן פאָרויס און שנעל זיך גענומען דערנעענטערן צו דעם אָרט, װווּ מע האָט געבויט די סאָוועטישע פארפעסטיקונגען.
אף דער שאלאנדע האָבן זיך באוויזן מענטשן. קלײנװוּקסיקע, באוועגלעכע און פלינקע, האָבן זיי אין גרויס אײַלעניש אָנגעהױבן איינשטעלן געוויסע אפּאראטן.
בא מאָראָזאָוון איז מער קיין צווייפל ניט געווען, אז די-אָ, וועלכע זײַנען אף דער שיף, זייַנען יאפּאָנער. זי האָבן מער קיין צײַט ניט געהאט, די הוט האָט אף זיי שוין געברענט..
מיט א רעגע שפּעטער האָט זיך פון אונדזער ברעג דערטראָגן א שיסערײַ. פון דער שאלאנדע האָט מען גענומען ענטפערן מיט א קוילנווארפער.
אף דער דאָזיקער שיסערײַ האָט זיך פון צאָפן-זיַט אָפּגערופן דאָס קנאלן פון לײַכטע הארמאטן און, איינע נאָך דער אנדערער, האָבן זיך מיטן אמור באוויזן סאָוועטישע קאנאָנער- קעס, שנעל און לײַכט זיך טראָגנדיק איבער די כוואליעס...
די שאלאנדע האָט זיך אויסגעדרייט און גענומען מאכן פּלייטע. און אין דעם, װיאזי זי האָט געײַלט װאָס גיכער אנטרונען צו ווערן, איז געווען עפּעס זייער ניט אָנשטענדיקס: אזוי אנטלויפט א געשלאָגענער הונט מיט א פארבויגענעם עק צװישן די פיס, װאָס האָט מוירע, אז מע זאָל אים װידעראמאָל ניט אָנברעכן די ביינער.
ניט באוויזן האָט נאָך לעווי כאפּן א דרעמל, איז געקומען צו לויפן איינע פון די מעדי- צינישע שוועסטער און אים אופגעוועקט.
-- װאָס איז? --- האָט ער א מעװוּלוועלער געפרעגט, --- זי גייט שוין צו קינד?
-- ניין, דאָקטער. מע האָט געבראכט צו פירן א קאָלװירטניצע, וועלכע איז אראָפּגעפאלן פון א דרעש-מאשין און האָט זיך צעמאזיקט.
נאָר דאָס האָט אים איצט אויסגעפעלט! ער האָט אזוי אויך, דוכט זיך, קיין רו ניט, ניט באטאָג און ניט באנאכט. דאָס איז דער קראנק געװאָרן, דאָס האָט זיך יענע אָנגעטראכט גיין צו קינד, און ער דארף טראָגן די פאראנטװאָרטלעכקײַט פאר אלעמען. ער איז דאָך דאָ אן אוניווערסאלער דאָקטער, שיר ניט א גאָט...
--- ווער איז זי? פון וועלכן קאָלװירט?
-- דאכט זיך, פון ,ליבקנעכט".
אינעם הויף פונעם שפּיטאָל, װוּהין לעווי איז באלד געקומען צו גיין, איז געווען טומל- דיק. ניט געקוקט דערוף, װאָס קיינער האָט דאָ די געליטענע ניט געקענט, האָט זיך ארום דער פור צוזאמענגעקליבן א רעדל פרויען און געזיפצט און געקרעכצט, ניט וויסנדיק, מיט װאָס װאָלטן זיי איר געקאָנט העלפן.
צוקאָפּנס באם װײַבל איז געשטאנען איר מאן--אן עלטערער פון איר ניט וינציקער, װי אף א יאָר צען. ער האָט פארלאָרן זיך געװישט דעם נאסן שטערן און זיך געבעטן בא איר;
-- באסיע, זאָג מיר כאָטש א װאָרט. דו הערסט מיך, באסיע...
זי איז אָבער געלעגן אפן היי מיט פאנאנדערגעלאָזענע האָר, א יונגע, װי א מיידעלע, און א בלאסע פון דעם, װאָס זי האָט פארלאָרן א סאך בלוט, אן אָפּגעשװאכטע פון וייטעק און פון שרעק, געפילט, ויאזוי צום הארצן טרעט איר צו א מלאָסנעקײַט און שטיל געקרעכצט, ניט האָבנדיק קיין קויעך צו ענטפערן אים עפּעס.
99
ווען מע האָט זי אראָפּגענומען פונעם װאָגן און אװעקגעטראָגן צום שפּיטאָל, איז איר ניט גוט געװאָרן, און זי האָט פארלאָרן דעם באװוּסטזײַן.
אָפּגעמינטערט די פרוי און זי באטראכט, קעדיי צו קלאָר מאכן פאר זיך, װאָס איז מיט איר, האָט לעווי דערזען, אז אָן אן אָפּעראציע װעט עס זיך ניט באגיין. און ער איז ארויס- געקומען אין דרויסן זיך דורכריידן מיט איר מאן.
וי א האלב-מעשוגענער, איז סעגאלאָוויטש ארומגעגאנגען ארום דעם װאָגן און זיך קיין רו ניט געקאָנט געפינען. ער האָט זיך אויסגעגעסן די גאל, װאָס, שטייענדיק אף דער דרעש- מאשין, האָט ער ניט באמערקט, וויאזוי אלץ איז פאָרגעקומען.
ער האָט בא זיך ניט געקאָנט רעכט מאכן, װאָס ער, א געזונטער מאנצבל, א געוועזענער קאצעוו, וועלכער איז פעיק געווען מיט איין קלאפּ פון דער האנט אומוואלגערן אן אָקס, האָט איצט גאָרנישט ניט געקאָנט טאָן פאר זײַן װײַב, דער מוטער פון זײַנע קינדער.
ער האָט זיך ארומגעדרייט ארום דער פור און איבערגעכאזערט פאר זיך אלץ איינס און דאָס זעלבע: אוער האָט זי געבעטן? זי האָט דאָך געקאָנט בלײַבן אין דער היים. ניין,. אלע גייען אפן טויק, מוז זי אויך גיין... װאָס איז זי, בעסער פון אלעמען?"...
דערזען ארויסקומען דעם כירורג, איז ער צו אים צוגעלאָפן.
-- דאָקטער, זי װעט כאָטש בלײַבן לעבן?
-- זי װעט לעבן, אײַער באסיע, -- האָט לעווי אים געענטפערט, ניט קיין צופרידענער דערפון, װאָס מע האָט אים ניט געלאָזן כאפּן א דרעמל, -- פון דעם, װאָס מע צעברעכט א פוס, איז דערװײַל נאָך קיינער ניט געשטאָרבן --און ער האָט געפרעגט, ויאזוי איז עס מיט איר געשען.
סעגאלאָוויטש האָט גענומען דערציילן: זיי האָבן געדראָשן טװוּע. זי, באסיע, איז געשטא- נען אויבן און דערלאנגט די סנאָפּעס, כאָטש אין פלוג גענומען האָט זי, ארבעטנדיק אין קאָל- ווירט פאר א כעזשבנפירער, גאָרניט: געמוזט גיין דרעשן. אף דער פארוואלטונג פון קאָלווירט האָט מען אָבער באשלאָסן, אז אלע, אָן אויסנאם, דארפן ארויסגיין העלפן פארענדיקן מיטן ברויט, איז זי אויך אוועק...
-- קירצער, רעב ייָד, מאכט עס װאָס קירצער,
--- וויאזוי זאָל איך מאכן קירצער?-- האָט זיך סעגאלאָוויטש צעשריען מיט א דין קעלכ?, -- אז אף מיר האָט זיך ארופגעוואלגערט אזא מין בראָך? איך דערצייל דאָך אײַך.. זי איז געשטאנען אינדערהייך אף דער דרעש-מאשין און דערלאנגט די סנאָפּעס. צי זי האָט זיך פארקוקט אף עפּעס אָדער געטראָפן מיט א פוס פארביי דער ברעט, נאָר ווען איך האָב אופגעהויבן א געשריי און זיך א װאָרף געגעבן צו איר, איז זי שוין געלעגן אף דער ערד און עס האָט זי געשלעפּט דער רימען פון דער מאשין.
-- װאָס איז זי אזא שוואכינקע? זי האָט געקרענקט בא אײַך?
-- ניין. קרענקען האָט זי קיינמאָל ניט געקרענקט, אָבער א שוואכינקע איז זי, דאָס איז עמעס. דאָס האָט זי איין האנט צעבראָכן, און דאָס-- די אנדערע. און אלץ זומער, ווען עס איז גאָר ניט גליטשיק. דערפאר טאקע איז איר אויסגעקומען צו פאָרן אף קורסן פון בוכ- האלטערס און איבערגיין ארבעטן אין קאָנטאָר,
-- װי זשע האָט איר זי צוגעלאָזן צו דער דרעש-מאשין? איר האָט דאָך געװוּסט, אז זי איז א שואכינקע?
-- דאָקטער, איר וייסט, װאָס איר רעדט? װאָס הייסט --באסיען ניט לאָזץ. זי דארף דאָך זײַן א בײַשפּיל פאר אנדערע... אזוי אויך זיַנען דאָך דאָ א סאך, װאָס װײײַכן פון דער ארבעט. אף די ארבעטס-טעג גיט מען דאָך קימאט גאָרנישט ניט ארויס...
-- ס'איז אלץ קלאָר, -- האָט לעווי א מאך געטאָן, פארשטייענדיק, אז עס איז איצט ניט קיין צײַט צו ברײַען לענגער. און דאן האָט ער זיך אָנגענומען פאר סעגאלאָוויטשעס געזונטן אקסל, זיך עטװאָס אונטערגעהויבן און אוועקגעזעצט זיך אף דער דראבינע פונעם װאָגן. ער האָט זיך פארטראכט.
-- עפּעס געדענק איך גאָרניט, אז א